Connect with us
The Residences advertisement

Uncategorized

5 dead in gang-related shooting near Nazareth as government aims to stem wave of Arab-Israeli killings

(JTA) — Five people were killed in a gang-related shooting at a car wash near Nazareth in northern Israel, continuing a rising wave of violent deaths in Arab-Israeli areas and prompting increasingly urgent calls for action to address the bloodshed.

The incident on Thursday was the most fatal criminal attack in Israel since 2009, according to the publication Ynet, and comes amid a string of killings in Arab-Israeli communities. Since the beginning of the year, 97 Arab-Israelis have been killed by violent means, compared to 35 in the same period last year, according to the Times of Israel. In protest of Thursday’s shooting, an umbrella Arab-Israeli leadership organization called a general strike for tomorrow.

The shooting in the town of Yafa an-Naseriyye was reportedly related to a longstanding feud between two Arab crime families, though bystanders may also have been killed. The victims range in age from 15 to 29, according to Haaretz. The previous night, a man was killed in a separate shooting in Nazareth, and there were other shootings on Thursday as well.

For years, Arab-Israelis have lobbied for the Israeli government to take crime in their cities more seriously and to devote more resources to stemming the tide of killings. Those calls have grown louder this year as the death toll has skyrocketed.

Arab-Israelis have also prompted debate this week over who will oversee the effort to reduce violence in Arab-Israeli municipalities. The politician in charge of the police response to the crime wave is Itamar Ben-Gvir, the far-right national security minister, who said Monday that he would select a point person to focus on the issue. He has also pushed for the creation of a 2000-member national guard under his authority, a proposal Israel’s government advanced earlier this year.

On Thursday, Ben Gvir visited the site of the car wash shooting and, Ynet reported, said there had been “decades of abandonment and a lack of governance that have blown up in our faces.” He additionally called Arab-Israeli society the “Wild West.” Police commissioner Kobi Shabtai also came to the scene, where he was greeted with protesters calling him a “murderer.”

Ben-Gvir demanded that the Shin Bet intelligence agency get involved in the response to the killings. The Shin Bet is known for its operations against and interrogations of Palestinian terror suspects, and involving the agency in combating the crime wave has been a controversial prospect among Arab Israelis.

Arab-Israeli politicians have said they mistrust Ben-Gvir’s politics and intentions, and they have instead appealed to Prime Minister Benjamin Netanyahu to take charge of the issue. In a meeting with Arab-Israeli lawmakers who are usually among his most outspoken opponents, Netanyahu promised to appoint a steering committee, which he would chair, to address the crime wave.

“In order to defeat criminal organization, trust is needed, and we have no trust in Ben Gvir, the racist,” read a statement earlier this week from the Arab-Israeli Hadash-Taal Party, according to the Times of Israel. “A proper government would have fired him a long time ago.”

—
The post 5 dead in gang-related shooting near Nazareth as government aims to stem wave of Arab-Israeli killings appeared first on Jewish Telegraphic Agency.

Continue Reading
Click to comment

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *

Uncategorized

Twenty Yiddish cultural organizations to meet in Germany

די קומעדיקע וואָך וועט אין ווײַמאַר, דײַטשלאַנד, פֿאָרקומען אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון 20 ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס, כּדי אַרומצורעדן ווי אַזוי מע קען שאַפֿן אַ צוקונפֿט פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

די דרײַ־טאָגיקע קאָנפֿערענץ, וואָס הייסט „צוזאַמען!“, וועט זיך אָנהייבן דינסטיק, דעם 24סטן נאָוועמבער, מיט אַ באַגריסונג פֿון אַבֿרהם לערער, דעם וויצע־פּרעזידענט פֿונעם צענטראַלן ראַט פֿון ייִדן אין דײַטשלאַנד.

במשך פֿון די דרײַ טעג וועלן די בערך 40 רעפּרעזענטאַנטן דיסקוטירן ווי אַזוי מע קען בויען אַן אייראָפּעיִשע נעץ; צוזאַמענאַרבעטן אויף נײַע פּראָיעקטן, און גיבן די ייִדישע שפּראַך אַ גרעסערע „דעה“ אינעם קולטור־לעבן אין אייראָפּע. דער צוזאַמענפֿאָר ווערט געשטיצט פֿון דער אָרגאַניזאַציע, „די אַנדערע מוזיק־אַקאַדעמיע“, בעסער באַקאַנט ווי „אָמאַ“ .

צווישן די באַטייליקטע וועט אויך זײַן אַ רעפּרעזענטאַנט פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, כּדי אַרײַנצוברענגען אַן אַמעריקאַנער קוקווינקל.

אין אָוונט וועט מען אָנפֿירן מיט דרײַ לעבעדיקע קולטור־אונטערנעמונגען פֿאַרן ברייטן עולם. די ליטעראַטור־פֿאָרשערין מרים טרין און די פּאָעטעסע קאַטערינאַ קוזנעצאָווע וועלן אָנפֿירן מיט ייִדישער פּאָעזיע און געזאַנג. מע וועט קענען טאַנצן מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע טענץ באַגלייט פֿון די אָנגעזעענע כּלי־זמרים אַנדרעאַס שמיטגעס, קרעג יודלמאַן, אַלאַן ערן און פּיטער סינט ניקאָלאַס. און אַלאַן בערן וועט אויך פֿירן אַ „קלעזמערײַ“ — אַ קאָנצערט פֿון טראַדיציאָנעלער כּלי־זמר מוזיק און ייִדישן געזאַנג. כּדי צו באַשטעלן בילעטן פֿאַר איינער אָדער אַלע קולטור־אונטערנעמונגען, גיט אַ קוועטש דאָ.

The post Twenty Yiddish cultural organizations to meet in Germany appeared first on The Forward.

Continue Reading

Uncategorized

An Israeli play about Vilna’s ‘Paper Brigade’

אין איינער פֿון די שענסטע סצענעס פֿון אַ נײַער פּיעסע בײַם ייִדישפּיל־טעאַטער אין ישׂראל, זעט מען די חופּה פֿונען פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער און זײַן כּלה פֿריידקע. צוזאַמען מיט זיי שטייען אויף דער בינע די חבֿרים פון „יונג-ווילנע“. פּלוצלינג ווערט אַלץ חושך און רעש, און די צערעמאָניע פֿאַרוואַנדלט זיך אין אַ „שוואַרצער חופּה“: די דײַטשן זײַנען אַרײַן אין ווילנע.

ביזן 19טן יאַנואַר 2027 ווײַזט דער ישׂראלדיקער ייִדישער טעאַטער „ייִדישפּיל“ די אומגלייבלעכע געשיכטע פֿון דער גרופּע אינטעלעקטועלן און שרײַבערס אין ווילנער געטאָ, וואָס די דײַטשן האָבן געצוווּנגען צו סאָרטירן ביכער און כּתבֿ-ידן פֿון די ווילנער ביבליאָטעקן, אַרכיוון און מוזיי, און שיקן זיי קיין דײַטשלאַנד. די מיטגלידער פֿון דער בריגאַדע האָבן אָבער באַהאַלטן אַ סך פֿון די מאַטעריאַלן, אַרויסגעשמוגלט זיי פֿון געטאָ, און אַזוי געראַטעוועט אָן אַ שיעור קולטור-אוצרות.

אין דער פּיעסע, „בריגדת הנייר“ („די פּאַפּירענע בריגאַדע“), שפּילן יונגע אַקטיאָרן די ראָלע פֿון עטלעכע בריגאַדיסטן און זינגען זייערע לידער אויף ייִדיש מיט אַלטע און נײַע מעלאָדיעס. דער דיאַלאָג איז אויף העברעיִש, אָבער פֿון מאָל צו מאָל הערט מען אויך ייִדישע ווערטער. דאָס איז, דאַכט זיך מיר, צום ערשטן מאָל, וואָס די געשיכטע פֿון דער „פּאַפּירענע בריגאַדע“ טרעט אַרויף אויף דער בינע.

אין דער פּיעסע באַקומט סוצקעווער די הויפּטראָלע. ער איז דער וואָס פֿאַרקערפּערט דעם גײַסט פֿון ווילנע, די „קרוינשטאָט“ פֿון ייִדישלאַנד. פֿון אָנהייב אָן שילדערט מען אים ווי דער אויסדערוויילטער פּאָעט פֿון געטאָ, ממש ווי אַ נבֿיא וואָס באַקומט אַ הימלישן באַפֿעל צו שרײַבן. אַ מין מלאך – אַן אַקטריסע אין ווײַסן, שטייט איבער אים ווען ער באַהאַלט זיך אין אַ מאַלינע און זי זאָגט אים בפֿירוש: שרײַב, ווײַל „החיים והמוות ביד הייִדיש-לשון“ (דאָס לעבן און דער טויט זײַנען אין די הענט פֿון לשון-ייִדיש).

דערנאָך זעט מען סוצקעווערן אין פֿאַרשיידענע סצענעס ווי אַ קאָמענדאַנט: ער דערוועגט זיך, למשל, צו שטיין אַנטקעגן דעם נאַצי וואָס באַפֿעלט די בריגאַדע צו פֿאַרניכטן די ביכער און כּתבֿ-ידן. די אַנדערע קולטור־טוער פֿון דער ווילנער געטאָ — ווי דער דיכטער שמערקע קאַטשערגינסקי און דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם געטאָ-ביבליאָטעק און מחבר פֿונעם „טאָגבוך פֿון ווילנער געטאָ“, הערמאַן קרוק, –  דינען דאָ בלויז ווי פֿיגוראַנטן.

סוצקעווער איז טאַקע געוואָרן אַ סימבאָל פֿון ווילנע, די „שטאָט פֿון גײַסט און תּמימות“. נאָך דער באַפֿרײַונג איז ער צוריק קיין „ירושלים ד׳ליטא“, וואָס דעמאָלט איז זי שוין געווען אַ טייל פֿונעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, און געזוכט די באַהאַלטענע קולטור-אוצרות. אַ סך פֿון זיי האָט ער אַרויסגעשמוגלט, דער עיקר, קיין אַמעריקע און ישׂראל.

נאָכן אַליין באַזעצן זיך אין ישׂראל האָט ער כּל-ימיו איז זינען געהאַט ווײַטער צו פֿירן די ליטעראַרישע טראַדיציע פֿון ווילנע („ווילנע דישראל“). אין תּל-אָבֿיבֿ האָט ער פֿאַרלייגט דעם זשורנאַל „די גאָלדענע קייט“ און ווען ער האָט געשאַפֿן די ווערטער צום באַרימטן ליד זײַנעם: „ווער וועט בלײַבן, וואָס וועט בלײַבן? / בלײַבן וועט אַ טראַף“ – איז דאָס אַ פּנים געווען אַ רמז אויף דעם וואָס אַ טראַף, אַפֿילו נישט קיין פֿול וואָרט, איז געווען כּדאי צו ראַטעווען פֿון יענער וועלט.

די ביידע – די „פּאַפּירענע בריגאַדע“ און סוצקעווער אַליין – זײַנען ראוי צו שטיין ווי העלדן פֿון אַ פּיעסע, און ס׳איז כּדאי צו דערציילן זייער געשיכטע, בפֿרט דאָ אין ישׂראל. אין די ערשטע יאָרן פֿון דער ייִדישער מדינה האָט מען גערעדט וועגן „השואה והגבורה“ (דעם חורבן און דער גבֿורה), אָבער אין פֿלוג האָט מען דער עיקר דערמאָנט נאָר די גבֿורה, און נישט אַזוי דער חורבן. פֿון וואַרשע, למשל, מיט איר העראָיִשן אויפֿשטאַנד, האָט מען אַ סך מער געהאַלטן ווי פֿון ווילנע, וואָס האָט נישט דורכגעפֿירט קיין אויפֿשטאַנד (אַ סך פֿון די קעמפֿערס פֿון דער „פֿאַראייניקטער פּאַרטיזאַנער אָרגאַניזאַציע“ זײַנען אַריבער אין די וועלדער). די סאַברעס, די דרײַסטע קעמפֿערס פֿון צה״ל, האָבן בעסער פֿאַרשטאַנען די קעמפֿערס פֿון געטאָ ווי די אינטעלעקטואַלן, וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי זײַנען נעבעך אומגעקומען.

אין די לעצטע צענדליקער יאָר האָט מען אויך אין ישׂראל אַנטפּלעקט די אַנדערע גבֿורה, די גײַסטיקע גבֿורה פֿונעם חורבן. אַ ראיה זײַנען די ביכער וואָס מע האָט אָנגעשריבן וועגן דער „פּאַפּירענער בריגאַדע“ ווי למשל די העברעיִשע איבערזעצונג פֿון דוד פֿישמאָנס וויכטיק בוך „די ביכער־שמוגלערס“ (אויף העברעיִש: „מחתרת הנייר“), וואָס איז אַרויס אין עבֿרית אין יאָר 2020; און „דאָס טאָגבוך פֿון ווילנער געטאָ“ פֿון הערמאַן קרוק, וואָס איז לעצטנס אַרויס אין אַ העברעיִשער איבערזעצונג. שוין אָפּגערעדט פֿון אַ ריי נײַע איבערזעצונגען פֿון סוצעקווערס ווערק.

אייגנטלעך איז עס נישט קיין וווּנדער אַז די איניציאַטאָרין פֿון דער נײַער פּיעסע, און דערצו די רעזשיסאָרין און די וואָס האָט געשריבן דעם סצענאַר – צוזאַמען מיט עודד ערליך – איז הדס קלדרון (קאַלדעראָן) — סוצקעווערס אייניקל. אַ סך פֿון אירע אויפֿטוען זײַנען טאַקע געווידמעט איר זיידן.

נאָך דעם ווי מע האָט אָנגעהויבן שפּילן די פּיעסע האָב איך מיט איר געכאַפּט אַ שמועס וועגן דער פּיעסע:

בני מער: פֿאַרוואָס דווקא די „פּאַפּירענע בריגאַדע“? וואָס האָט אײַך דערפֿירט צו דעם?

הדס קלדרון: „מײַן זיידע האָט קיינמאָל נישט גערעדט מיט מיר וועגן דער ׳פַּאפּירענע בריגאַדע׳, האָט הדס קלדרון מיר געזאָגט. „דערפֿאַר בין איך דערשטוינט געוואָרן מיט 15 יאָר צוריק, ווען מען האָט מיר דערציילט וועגן צען נײַע לידער פֿון סוצקעווער וואָס מע האָט אַנטדעקט אין אַ קלויסטער אין ווילנע. שוין דעמאָלט האָב איך געוווּסט אַז מע דאַרף עפּעס טאָן מיט דעם, ווײַל די געשיכטע פֿון דער ׳פּאַפּירענער בריגאַדע׳ קאָן אונדז אינספּירירן אָן אַ שיעור: אַ מעשׂה וועגן אינטעלעקטואַלן וואָס ווערן פּלוצלינג העלדן.

„דאָס איז געווען דער אָנהייב פֿון אַ לאַנגן וועג, וואָס האָט געפֿירט צו דער איצטיקער פּיעסע. מיט זיבן יאָר צוריק האָב איך אָנגעהויבן דאָס שרײַבן, און ווי אַנדערע פּראָיעקטן וואָס האָבן צו טאָן מיט סוצקעווער, האָט עס געדויערט אַ לאַנגע צײַט און געהאַט אַ סך גילגולים“.

בני מער: ווי אַזוי איז געוואָרן די פּיעסע אַ מין מיוזיקל?

הדס קלדרון: „פֿון יאָרן לאַנג אַרבעט איך צוזאַמען מיטן מוזיקער אוהד חיטמן (כיטמאַן), וואָס איז נאָך זוכה געווען צו זינגען פֿאַר סוצקעווערן אַ ליד וואָס ער האָט געשאַפֿן. אינספּירירט פֿון יענעם באַגעגעניש גיט חיטמן הײַנט זײַנע תּלמידים אַן אויפֿגאַבע: קאָמפּאָנירן מוזיק צו ייִדישער פּאָעזיע“.

בני מער: ניצנדיק דעם ייִדישן טעקסט פֿון די לידער אָדער אין דער העברעיִשער איבערזעצונג? 

הדס קלדרון: „אויף ייִדיש! די תּלמידים האָבן אָנגעהויבן אויך זיך לערנען ייִדיש. דעמאָלט האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז איך קאָן – ד״ה, איך מוז – באַנוצן די נײַע מעלאָדיעס און אַרײַנברענגען זיי אין דער פּיעסע. אַזוי האָבן יונגע מוזיקערס געשריבן מוזיק צו טעקסטן וואָס יונגע שרײַבערס האָבן פֿאַרפֿאַסט מיט מער ווי אַכציק יאָר צוריק, און געגעבן זיי אַ נײַ לעבן. דאָס הייסט טאַקע באַשערט.“

אין שייכות מיטן ענין „באַשערט“ דאַרף מען דאָ דערמאָנען די יונגע אַקטריסע, וואָס זינגט אין דער פּיעסע סוצקעווערס ליד „אונטער דײַנע ווייסע שטערן“ — איינער פֿון די רירנדיקסטע מאָמענטן אין דער פֿאָרשטעלונג. רותּם שרעבי (שאַראַבי), וואָס שטאַמט פֿון תּימנער ייִדן, זינגט דאָס ליד מיט חן און כּוונה. איר פֿעטער, אלי שרעבי, האָט פֿאַרלוירן זײַן ווײַב און צוויי טעכטער אין קיבוץ בארי דעם 7טן אָקטאָבער 2023. נאָך דעם האָבן די טעראָריסטן פֿאַרשלעפּט אלי שרעבין קיין עזה, וווּ ער איז געבליבן אין געפֿענקעניש, אין שרעקלעכע באַדינגונגען, במשך פֿון 491 טעג.

ווען רותּם שרעבי זינגט די ווערטער „נאָר אין קעלערן און לעכער / וויינט די מערדערישע רו, / לויף איך העכער, איבער דעכער, / און איך זוך: וווּ ביסטו וווּ?“ – האָב איך זיך געטראַכט אַז אָט די תּפֿילה פֿון סוצקעווערן איז סוף-כּל-סוף אַרײַן אינעם ייִדישן, און אַפֿילו אינעם ישׂראלדיקן, קאָלעקטיוון סידור.

The post An Israeli play about Vilna’s ‘Paper Brigade’ appeared first on The Forward.

Continue Reading

Uncategorized

America’s Jewish population is shrinking as Israel’s is growing, new Pew research shows

A new Pew Research Center report released Wednesday projects America’s Jewish population will shrink by about 1.2 million between 2020 and 2070. That means the U.S. share of the world’s Jews would fall from 39% to 26%.

American Jews have long planned for the future around children who haven’t been born yet. A congregation raises money for a new wing because it expects the families to keep coming, for example. The Jewish population rose from 6.1 million in 2000 to 6.5 million in 2010, according to The American Jewish Year Book. And between 2013 and 2020, Pew estimated an increase from 6.7 million American Jews to 7.5 million.

This projected demographic downshift could force a reckoning with the slow growth Jews in the U.S. may have taken for granted.

Israel faces the opposite challenge: making room. Its Jewish population is projected to grow from 6.8 million to 11.1 million, bringing its share of global Jewry to 62%. By 2070, more than six in 10 Jews would live in Israel. Decisions made in Jerusalem, like who has to serve in the army, would affect the majority of the world’s Jews.

American Jews have built their lives as a small minority in a diverse country, and Israeli Jews as a majority in a country of their own. The balance between those communities will continue changing.

The next generation: The main force behind the shift is what demographers call “natural increase”: births outnumbering deaths. Israeli Jews are younger and have larger families, with estimated fertility of three children per household, compared with 1.5 among American Jews. Israel’s growth would more than offset declines elsewhere, bringing the worldwide Jewish population from roughly 15 million to 18 million. In the U.S., the implications will arrive long before 2070, like when a congregation downsizes or closes. For the first time in American history, more synagogues are closing each year than opening.

The meaning of home: After Oct. 7 and the rise in antisemitism that followed, these trends carry an emotional weight beyond their numbers. Pew’s migration assumptions cannot tell us if fear will drive more people to Israel, as it draws largely on patterns from 2010-2020.

Growing pains: Israel’s highest Jewish birthrates are among Haredim, or ultra-Orthodox Jews. Our Tel Aviv-based columnist Dan Perry has warned about the consequences of an education system that leaves many boys without preparation in math, English and other subjects needed for modern employment. Most ultra-Orthodox men are exempt from army service, an issue in the recent Israeli election, and only about half hold jobs. The larger their community gets, the harder that is for Israel to ignore.

Islam is projected to overtake Christianity as the world’s largest religion by 2035, driven largely by Muslims’ younger population and higher birthrates, according to the new Pew Research Center report.

The post America’s Jewish population is shrinking as Israel’s is growing, new Pew research shows appeared first on The Forward.

Continue Reading

Copyright © 2017 - 2023 Jewish Post & News