Uncategorized
‘Fabelmans’ flops at the Oscars, but Hollywood’s Jewish history gets a nod
(JTA) – With seven nominations for his most personal film ever, this could have been Steven Spielberg’s biggest year at the Academy Awards. But the hot-dog fingers had other plans.
“The Fabelmans,” the director’s highly personal dramatization of his Jewish upbringing, didn’t win a single one of the Oscars it was nominated for Sunday night. Spielberg’s film lost out on the biggest categories, including best picture, director, actress, and original screenplay, all to the same movie: chaos-theory multiverse comedy “Everything Everywhere All At Once,” where the aforementioned hot-dog fingers play a starring role.
But while the most Jewish movie came up empty-handed, other Jewish stories played out on the movies’ biggest night. Here’s what you need to know.
‘Fabelmans’ follies
Spielberg’s autobiographical opus may have come up empty-handed Sunday, but it got a booby prize: “The Fabelmans” was host Jimmy Kimmel’s favorite punchline. Kimmel used his monologue to drop a series of jokes about the film, including dubbing Spielberg and star Seth Rogen “the Joe and Hunter Biden of Hollywood”; speculating that nominated co-star Judd Hirsch was actually absentee Tom Cruise in a mask; and warning anyone plotting to slap him Will Smith-style, “You’re gonna have to go through the Fabelman to get to me.”
Later, Kimmel kept up the bit, introducing Paul Dano and Julia Louis-Dreyfus to present an award. Kimmel billed them as “Steven Spielberg’s dad and Jonah Hill’s mom,” referencing not only Dano’s role in “The Fabelmans,” but also Louis-Dreyfus’ part as a clueless white Jewish mother in the much-maligned Netflix film “You People.”
Getting loud for ‘All Quiet’
“All Quiet on the Western Front,” Netflix’s grueling drama about German soldiers on the frontlines of World War I, ended the night with four Oscars: international feature film, original score, cinematography and production design. In addition to having a Jewish producer, the movie was also adapted from a novel and 1930 film that both met the ire of the Nazi party and were tarred as Jewish plots to destroy the German state.
Another anti-dictator winner on Sunday was “Guillermo Del Toro’s Pinocchio,” which won the animated feature Oscar. Set in Fascist Italy, the Netflix film features a scene of Pinocchio mocking Il Duce himself, Benito Mussolini.
A Jewish ‘Goonies brother for life’
One of the most heartwarming moments of the evening was the best supporting actor win for Ke Huy Quan for “Everything Everywhere All At Once.” Quan, a former child actor, had abandoned his onscreen career for decades before his big comeback role last year. In his emotional acceptance speech, Quan gave a special shout-out to “my ‘Goonies’ brother for life,” Jeff Cohen — a Jewish former child star turned entertainment lawyer. Cohen and Quan appeared in “The Goonies” together in 1985, and when Quan landed his big “Everything Everywhere” role, Cohen negotiated the terms of his deal.
Jamie Lee Curtis and Sarah Polley
There were a couple big-name Oscar winners with Jewish parents. Immediately after Quan’s big moment, veteran actress Jamie Lee Curtis picked up her first-ever Oscar, also for “Everything Everywhere.” It was also a big moment for the “Halloween” star. “My mother and my father were both nominated for Oscars in different categories,” Curtis noted during her speech. Tony Curtis, Jamie Lee’s Jewish father, was one of the biggest stars of Golden Age Hollywood yet received only one Oscar nomination, in 1959 for “The Defiant Ones.”
Another winner with a Jewish father: the writer-director-actor Sarah Polley, who won best adapted screenplay for “Women Talking.” Polley explored the secret of her biological parentage in her 2013 documentary “Stories We Tell.” “Women Talking” is set inside a different religious community: an isolated Mennonite society in which the women have been systematically, sexually abused by the men.
Navalny and the neo-Nazis
The winner for best documentary went to a profile of Russian opposition leader Alexei Navalny, whose 2020 poisoning by KGB agents after he publicly criticized Vladimir Putin was an international scandal. Navalny is currently imprisoned in Russian solitary confinement; the filmmakers dedicated the award to him. The documentary also details an aspect of Navalny’s campaign more controversial to Western observers: his onetime support of the “Russian march,” a gathering of Russian neo-Nazi organizations.
Diane Warren’s no-win situation
Did you know the songwriter Diane Warren is a 14-time Academy Award nominee? Singer Sofia Carson reminded everyone in the middle of the evening’s first performance for best original song. Warren, who is Jewish, joined in the performance of “Applause,” her composition from the feminist documentary “Tell It Like A Woman.” She has never won an Oscar, and unfortunately for her, the streak continued Sunday night as the viral sensation “Naatu Naatu,” from the Indian film “RRR,” took the prize. (As a consolation, Warren received an honorary Oscar at the Governor’s Awards preceding the telecast.)
Another Jew-ish shutout
Also drawing blanks was “Tár,” the cerebral classical-music psychological drama with somewhat inexplicable Jewish themes.
Hollywood’s Jewish history gets a nod
The broadcast included a promotional video for the Academy Museum, which opened last year to celebrate the history of Hollywood. In the video, a curator named Dara Jaffe explains that one of the museum’s roles is to “bring important film histories to light, from the Jewish immigrants who founded the Hollywood studios to the early innovators of African-American cinema.” The inclusion is notable because the museum drew steep criticism when it first opened for giving short shrift to the industry’s robust Jewish history; Jaffe was appointed to put together a permanent exhibition about that history in response. The exhibition has not yet opened.
On this #Oscars night, we celebrate the incredible work of our team at the Academy Museum. This institution advances the understanding, celebration, and preservation of cinema through inclusive and accessible exhibitions, screenings, programs, initiatives, and collections. pic.twitter.com/6DEM9TUXiG
— Academy Museum of Motion Pictures (@AcademyMuseum) March 13, 2023
—
The post ‘Fabelmans’ flops at the Oscars, but Hollywood’s Jewish history gets a nod appeared first on Jewish Telegraphic Agency.
Uncategorized
Shtetl memoirs of a young Yiddish writer Rokhl Feygenberg now in English
רחל פֿײגענבערג (1885־1972) איז געװען קנאַפּע צװאַנציק יאָר װען אירע זכרונות זײַנען אַרױס אין דרוק. דאָס איז געװען דער אָנהײב פֿון איר לאַנגער קאַריערע אין דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור. איצט איז דאָס דאָזיקע מערקװירדיקע װערק אַרױס אױף ענגליש אין דער איבערזעצונג פֿון תּמרה העלפֿער, באַטיטלט „דער געדרײטער שליִאַך“.
פֿײגענבערג האָט זיך גענומען פֿאַר שרײַבן זכרונות אינעם עלטער פֿון פֿופֿצן יאָר. צו יענער צײַט איז זי שױן געװען אַ יתומה און האָט געהאַט פֿאַרלאָזט איר הײמשטעטל לובאַן אין דער מינסקער גובערניע (הײַנט אין בעלאַרוס) און געלעבט בײַ דער מומען אין אָדעס.
דאָס איז געװען דער סוף פֿון דער גליקלעכער תּקופֿה אין רחלס לעבן, װאָס זי האָט פֿאַרבראַכט בײַ דער טאַטע־מאַמע אינעם שטעטל. „שױן לאַנג האָט מיך מײַן האַרטער מזל פֿון דער הײם פֿאַרטריבן. װי אַ פֿאַרװאָגלטער װאַנדערער אין אַ פֿינצטערער נאַכט בלאָנדזשע איך אַרום און קאָן זיך קײן אָרט [ניט] געפֿינען,“ באַקלאָגט זי זיך אין די ערשטע שורות פֿון „די קינדער־יאָרן“, דעם בוך זכרונות, װאָס איז אַרױס אין װאַרשע אין 1909. (די ענגלישע איבערזעצונג באַזירט זיך אױף דער ערשטער פּובליקאַציע אין המשכים אין דער פּעטערסבורגער מאָנאַטשריפֿט „דאָס לעבן“, װאָס איז אַ ביסל אַנדערש פֿונעם בוך).
פֿײגענבערג האָט פֿאַרמאָגט אַ היפּשן ליטעראַרישן טאַלאַנט און אַ פֿײַנעם פּסיכאָלאָגישן חוש פֿאַר מענטשלעכע מאָטיװן און געפֿילן. זי מאָלט אױס אַ גאַנצע רײ פּאָרטרעטן פֿון מענער און פֿרױען פֿון איר משפּחה, אָנהײבנדיק פֿון דער עלטער־באָבען. זײ קומען אַרױס לעבעדיק און פֿריש אַפֿילו װען זי דערצײלט װעגן יענע עלטער־באָבעס און ־זײדעס, װאָס זי האָט פּערזענלעך ניט געקענט.
אָט למשל באַשרײַבט זי איר באָבען און אירע באַציִונגען מיט דעם זײדנס משפּחה: „מײן באָבעס שװעגערינס האָבן ניט געשעצט מײַן באָבעס שײנע שװאַרצע אױגן מיט די שײנע לאַנגע ברעמען, מיט אירע לאַנגע שװאַרצע האָר, מיט צװײ בליִענדע באַקן, אַזױ װי רױזן. […] זײ האָבן נאָר געקוקט אױף דעם, װאָס זי איז אַ שװאַרצע. אַ װײַס פּנים, װײַזט אױס, האָט מען דעמאָלט געשטעלט העכער פֿון שװאַרצע גלאַנצנדיקע אױגן. נאָר מײַן באָבע, גלױב איך, האָט גאָר ניט געװוּסט, אַז זי האָט שײנע אױגן, קײנער האָט איר דאָך געװיס דאָס קײן מאָל ניט געזאָגט, און זי אַלײן האָט אױך װײניק צײַט געהאַט צו קוקן זיך אין שפּיגל.“
מײדלװײַז איז רחל שױן געװען געװױר, אַז די צײַטן בײַטן זיך און די אַלטע מידות גײען אַװעק. איר משפּחה האָט אַ מאָל געהערט צו די סאַמע פּני פֿונעם שטעטל. װי עס פּאַסט פֿאַר זײער שטאַנד, האָט דער מאַמעס רײַכע עלטערן געמאַכט פֿאַר זײער טאָכטער אַ שידוך מיט אַ חתן אַ למדן.
אָבער קײן סך גליקן האָט דאָס ניט געבראַכט: „דער מאַן איז אַ געלערנטער און זיצט און טראַכט פֿון הױכע װעלטן, און דאָ אױף דער ערד איז ער אַ דעמאָקראַט ביזן לעצטן קאַפּ בלוט און טראַכט נאָר װעגן טובֿת־הכּלל, און זי, די פֿרױ, איז אַ שטאָלצע אַריסטאָקראַטקע און חלומט פֿון רײַכקײט און כּבֿוד.“ דער טאַטע איז אַװעק פֿון דער װעלט גאַנץ פֿרי און האָט קױם איבערגעלאָזט אַ שפּור אינעם טאָכטערס זכּרון.
רחל האָט זיך אױסגעלערנט לײענען און שרײַבן אױף ייִדיש און העברעיִש, און ייִדישע ביכלעך זײַנען געװאָרן בײַ איר דאָס גרעסטע פֿאַרגעניגן. די גאַנצע װאָך איז זי געװען פֿאַרטאָן אין דער מאַמעס קראָם, אָבער „דער שבתדיקער טאָג פֿלעגט מיר געבן קרעפֿטן אױף אַ גאַנצע װאָך. […] אין אים פֿלעג איך געפֿינען אַלצדינג, װאָס עס פֿלעגט מיר פֿעלן אַ גאַנצע װאָך רו, שלאָף, גוטן עסן, שפּאַצירן מיט מײַן רײַכער חבֿרטע, און דערהױפּט פֿלעג איך האָבן פֿאַרגעניגן פֿון לײענען. דאָס לײענען איז געװען בײַ מיר מײַן גאַנץ לעבן.“
די שבתדיקע לעקטור האָט געהאַט אַ באַשטימטן סדר: „פֿריִער די סדרה, דערנאָך דעם ‘נחלת־צבֿי’ [קבליסטישע פּירושים אױף דער פּרשה פֿון דער װאָך], דערנאָך שטיקלעך ‘שבֿט־מוסר’ [זאַמלונג פֿון מדרשים און סיפּורים], און זומער פּרק [פֿון פּרקי־אָבֿות] אָדער װינטער ׳ברכי נפֿשי׳ [תּהילים ק”ד]“.
נאָך דעם פֿלעגט זי זיך נעמען פֿאַר מעשׂה־ביכלעך, װאָס האָבן דערצײלט װעגן אַמאָליקע צדיקים און רבנים. איר לײענען האָט צוגעצױגן אַנדערע פֿרױען: „איך פֿלעג אַ מאָל שבת זיך אַװעקזעצן בײַ דער מומע זלאַטע אױפֿן גאַנעק, און לעבן מיר אַ היפּש ביסל װײַבער, און פֿלעג זײ דערצײלן מעשׂיות“.
דאָס לײענען האָט רחלען געהאָלפֿן אַנטװיקלען אַן אײגנאַרטיקן ליטעראַרישן סטיל, װאָס איז הײמיש, אַ ביסל נאַיִװ אָבער אױך גאַנץ שאַרפֿזיניק. פֿון פֿרומע מעשׂה־ביכלעך איז זי אַריבער צו שמרס פּאָפּולערע ראָמאַנען. זײ האָבן שטאַרק אױפֿגערעגט איר יונגן כּוח־הדמיון: „דאָס לײענען די אַלע גראָבע ביכער האָט מיר צעמישט דעם קאָפּ. איך בין געװאָרן װי משוגע. איך האָב געװאָלט זיך אין עמעצן פֿאַרליבן, און נאָך אין װעמען! נאָר אין אַ סטודענט אָדער אַ דאָקטאָר […] פֿון קײן אַנדערע האָב איך גאָר ניט געװאָלט טראַכטן.“ דאָס קלײנע שטעטל איז איר געװאָרן שמאָל און זי האָט געחלומט װעגן אַ גרױסער שטאָט.
דער דאָזיקער חלום איז מקוים געװאָרן אַנדערש װי זי האָט זיך פֿאָרגעשטעלט. װען זי איז געװען אַרום פֿערצן יאָר אַלט, איז איר מאַמע געשטאָרבן נאָך אַ לאַנגער לונגען־קראַנקײט. די באָבע האָט זי אַריבערגעבראַכט צו דער מומע קײן אָדעס. רחל האָט דעמאָלט געזאָגט צו זיך: „גענוג חלומען, גענוג לעבן מיט פֿאַנטאַזיע, איך װעל שױן קוקן אױף דעם לעבן מיט אָפֿענע אױגן.“
תּמרה העלפֿער האָט דורכגעמאַכט אַ גרונטיקע פֿאָרשונג כּדי צוצוגרײטן די איבערזעצונג. אין דער הקדמה האָט זי באַשריבן די היסטאָרישן אומשטאַנדן סײַ פֿון פֿײגענבערגס לעבן און סײַ פֿון איר הײמשטעטל לובאַן. דער ענגלישער סטיל פֿון דער איבערזעצונג איז פּונקט אַזױ קלאָר און הײמיש װי דער ייִדיש פֿונעם מקור. פֿײגענבערגס זכרונות זײַנען אי אַ װיכטיקער היסטאָרישער דאָקומענט אי אַ רירעװדיקע פּערזענלעכע געשיכטע, װאָס אַנטפּלעקט די נשמה פֿון אַ באַגאַבטער ייִדישער פֿרױ אױפֿן שװעל פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.
The post Shtetl memoirs of a young Yiddish writer Rokhl Feygenberg now in English appeared first on The Forward.
Uncategorized
Old Hasidic stories with a new twist
הײַנט באַטראַכט מען די חסידישע באַוועגונג ווי אַ זײַטיקע גרופּע, אָבער מע פֿאַרגעסט, אַז פֿאַרן חורבן איז חסידיזם געווען די הויפּט־פֿרומע באַוועגונג בײַ די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע, און ווײַט נישט קיין קליינער קולט. אַפֿילו מיט דער וואַקסנדיקער אַסימילאַציע פֿון די ייִדן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען זיך סײַ פּאָליטיש, סײַ קולטורעל, געדאַרפֿט רעכענען מיט די חסידישע ייִדן און זייער השפּעה.
אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור האָט די חסידישע פֿאָלקס־מעשׂה אויך משפּיע געווען אויפֿן אופֿן פֿון דערציילן אַ מעשׂה, נישט נאָר ווי מע געפֿינט אין י. ל. פּרצעס ווערק „חסידיש“, נאָר אויך בײַ אַ שלל ייִדישע שרײַבער במשך פֿון עטלעכע דורות. די פּרץ־טראַדיציע פֿון באַאַרבעטן און איבערדערציילן חסידישע מעשׂיות פֿאַר אַ נײַעם עולם אין אַ נײַערער צײַט האָט זיך אָנגעהאַלטן ביז אונדזערע טעג. די דאָזיקע פֿאָלקס־ליטעראַטור אויף ייִדיש, די שפּראַך, אין וועלכער מע האָט זיי, לכתּחילה, דערציילט, פֿאַרמאָגט אוצרות, וואָס מע קען נישט געפֿינען אין אַנדערע שפּראַכן, און פֿון דעם גרויסן קוואַל האָט מען געשעפּט.
פֿאַרן פֿאָלקלאָריסט איז אַן עובֿדה בײַם לייענען די מעשׂיות — צו דערקענען, וועלכע עלעמענטן זענען פֿאָלקישע, און וועלכע „מאָדערנע“. די ליטעראַטור־קריטיק באַהאַנדלט סײַ די טראַדיציאָנעלע מעשׂיות, און סײַ די מאָדערנע באַאַרבעטונגען, און ביידע מינים האָבן זייער אייגענעם כאַראַקטער און זענען ווערט אַ טיפֿערן אַנאַליז.
עס דערמאָנט זיך אַן אַרטיקל אין אַ חב״ד-פֿרויען זשורנאַל אויף ענגליש אין די 1990ער יאָרן, וואָס האָט געוואָרנט אַ לייענערין, זי זאָל אויסמײַדן פּרצעס חסידישע „פֿאָלקס־מעשׂיות“, ווײַל כאָטש זיי זעען אויס ווי אמתע פֿאָלקס־מעשׂיות, שטאַמען זיי פֿון אַפּיקורסישע קוואַלן. וועגן פּרצעס „שאַפֿערישער בגידה“ האָט באַריכות געשריבן פּראָפֿ׳ דוד ראָסקעס. וואָס ציט צו דעם מאָדערנעם שרײַבער צום זשאַנער פֿון דער חסידישער פֿאָלקס־מעשׂה? איך האַלט, אַז מיט איין וואָרט קען מען ענטפֿערן — די אמונה; די אמונה אינעם רבין, די אמונה אינעם אייבערשטן, די אמונה, אַז דאָס מזל וועט זיך געבן אַ דריי צום גוטן.
דער רומעניש־ייִדישער שרײַבער ברוך האַגער, מיט זײַן רביישן ייִחוס, האָט איבערגעגעבן די טיף גײַסטיקע און לומדישע אַספּעקטן פֿון די מעשׂיות, אָבער זיך נישט פֿאַרלוירן צו טיף, ער זאָל אויך נישט איבערגעבן די פֿאַרכאַפּנדיקע דערציילערישקייט פֿונעם זשאַנער. זײַן באַנעמען פֿון דער חסידישער מעשׂה קען מען לייענען אין זײַן אַרײַנפֿיר צו דער זאַמלונג „אין גאולה אומרו“ (תּל־אָבֿיבֿ, 1969). ער איז צווישן די זעלטענע שרײַבער, וואָס גיבן זיך אָפּ בפֿירוש מיט דער שפּראַך פֿון דער חסידישער מעשׂה אויף ייִדיש.
„ערשט חסידות האָט אונדזער לשון אויסגעבלאָנדזשעט פֿון דער ווילדעניש, גערייניקט עס און געוואַשן פֿון ווילדן אָנוווּקס און אויפֿגעשטאָכן אים די אויערן: צו דערהערן דעם ציטער פֿון דער אייגענער סטרונע; דאָס שפּיל פֿון אייגענעם בלוט. און ערשט דעמאָלט האָט זיך לשון־ייִדיש צעזונגען מיט ייִדישער נגינה דורך געלײַטערט וואָרט און מיט מעשׂה פֿון אייגענעם נוסח.“
אין זײַן דערציילונג „דער בלאָנדזשענדיקער וועג“, (געדרוקט אינעם 100סטן נומער „גאָלדענע קייט“) לייענט מען אַ פֿײַנעם משל פֿון האַגערס הויך קינסטלערישקייט. אין פֿאַרגלײַך מיט פּרצעס „חסידיש“, געפֿינט מען בײַ האַגערן מער נישט־פֿאַרענטפֿערטע קשיות, מער מיסטעריע, מער אומקלאָרקייטן. ער צעלייגט עס נישט אויף טעלערלעך. האַגערס מעשׂיות וועט מען קיין מאָל נישט פֿאַרבײַטן אויף פּרצעס, און נישט אויף די עכטע חסידישע מעשׂיות.
נאָך אַ שרײַבער וואָס איז אינספּירירט געוואָרן פֿון די חסידישע מעשׂיות איז געווען דער וואַרשעווער־מאָנטרעאָלער שרײַבער, יהודה עלבערג. אַ בעל־לשון און געלערנטער ווי האַגער, האָט עלבערג זיך געהאַלטן נענטער צו דעם בל־פּהיִשן סטיל. דער נאַראַטאָר גיט צו אַ „ברוך־השם“ דאָ, און אַן „אם־ירצה־השם“ דאָרט, כּדי נאָכצומאַכן דעם פֿאָלקישן כאַראַקטער. מע פֿילט נישט אַזוי בולט די האַנט פֿון אַ קינסטלער.
לעצטנס, האָב איך צום ערשטן מאָל געלייענט אַ זאַמלונג חסידישע מעשׂיות — „מײַן זיידענס מעשׂהלעך“ (1923) — פֿון אַ. אײַזענשלאָס. דער מחבר איז געבוירן געוואָרן אין ווײַסרוסלאַנד, אָבער געוווינט אין וואַרשע.
אין אײַזענשלאָסעס מעשׂה „וועלוועלע מתנגד“ דערקענט מען אַן אָפֿטע טעמע אינעם זשאַנער — ווי דורך די נסים פֿונעם רבין, ווערט אַ מתנגד אַ הייסער חסיד. פּרצעס דערציילונג „אויב נישט נאָך העכער“ איז אַ באַקאַנטער מוסטער פֿון דעם מין. „וועלוועלע מתנגד“, אַ נגיד, האָט געוווינט אין אַ שטעטל פֿון חסידים, און געגעבן צדקה צו אַלעמען, אַפֿילו צו די חסידים. אָבער גיין צום ליובאַוויטשער רבין האָט ער נישט געוואָלט. ווען מע האָט געפּרוּווט אים איבערצורעדן, האָט ער געענטפֿערט: „שוין צו שפּעט אַ ביסל. אַ חסיד קען מען ווערן אין דער יוגנט, ווען מע האָט דאָס גײַסטיקע פֿײַער דערצו, דעם נייטיקן ברען, די שטאַרקע אמונה… מיר פֿעלט דאָס אָבער שוין. איך בין שוין אַ ביסל אַלט דערצו.“
אָבער ווען זײַן אייניקל איז מסוכּן קראַנק געוואָרן, און די דאָקטוירים האָבן שוין אויפֿגעגעבן, האָט ער געפֿאָלגט זײַן חסידישן געהילף, רב שמעלקע, און געפֿאָרן צום רבין, „דער אַלטער“. די סצענע בײַם רבין שרײַבט אײַזענשלאָס מיט גרויס דראַמאַטישקייט. איידער ר׳ וועלוועלע האָט געקענט אַרויסזאָגן איין וואָרט, זאָגט אים דער רבי מיט אַ שטאָך: „ביסט צו אַ גרויסער עקשן געווען, וואָלף! זייער פֿיל אַרבעט געמוזט אָנווענדן, אַז דו זאָלסט אַהערקומען…“ דער מתנגד, אָבער, האָט דאָס נישט אָנגענומען ווי אַן ענטפֿער, און דערציילט וועגן דעם שווערן מצבֿ פֿון קינד, ווי די דאָקטוירים „זאָגן אים אָפּ דאָס לעבן“. שרײַט דער רבי „שוטה! דו מיינסט טאַקע אויף אַן אמת, אַז די דאָקטוירים האָבן אַ דעה אויף כּבֿיכולס יצירה?“ דאָס קינד, פֿאַרשטייט זיך, האָט געהאַט אַ רפֿואה־שלימה.
עס איז זיכער דאָ אַן אויסגעדראָשענע פֿאָרמול אין דער נאַראַטיווער סטרוקטור פֿון דער חסידישער מעשׂה, אָבער כּדי הנאה צו האָבן בײַם לייענען (און הערן) די מעשׂה, איז מער וויכטיק די קונסט פֿון דערציילן, און אײַזענשלאָס האָט די דערציילערישע קונסט דערגרייכט אויף אַ מדרגה. וויפֿל נאָך אומבאַקאַנטע מײַסטער פֿון דער חסידישער פֿאָלקס־מעשׂה געפֿינען זיך אין אונדזער ליטעראַטור?
The post Old Hasidic stories with a new twist appeared first on The Forward.
Uncategorized
Yiddish has a long list of words for ‘cemetery‘
נישט אַלע ווייסן אַז אויף ייִדיש איז דאָ אַ גאַנצער וואָקאַבולאַר וועגן דעם, וווּ מע לייגט ייִדן נאָכן טויט.
וואָס טוט מען טאַקע מיט אַ מת? מע באַגראָבט אים אָדער מע באַהאַלט אים, אָדער מע איז אים מקבר, אָדער מע ברענגט אים צו קבֿר־ישׂראל. „באַגראָבן“ האָט דאָך אויך אַ פֿאַרשפּרייטן מעטאַפֿאָרישן טײַטש, „רויִנירן“. אָט איז דאָ אַ ווערטערשפּיל: „שטאַרבן איז נאָך ווי ס’איז, אָבער דאָס אַרײַנלייגן אין דר’ערד, דאָס באַגראָבט אַ מענטשן!“
וועגן דעם אָרט, וווּ ס’ליגן ייִדן נאָכן טויט, איז דאָ אַ לאַנגע רשימה ווערטער, כּמעט אַלע אייפֿעמיזמען. נאָך די הונדערט יאָר ליגן ייִדן און ייִדישע טעכטער, קודם־כּל, אויף אַ בית־עולם. אויף לשון־קודש איז „עולם“, פֿאַרשטייט זיך, טײַטש „וועלט“ און אויף ייִדיש — „אַ גרופּע מענטשן“; אָבער אויף לשון־קודש האָט „עולם“ נאָך אַ טײַטש, „אייביקייט“. איז אַ בית־עולם דאָס אָרט, וווּ מע בלײַבט אויף אייביק. דאָס אייגענע איז שייך צום אַרמיש־שטאַמיקע „בית־עלמין“.
אַ פֿאַל פֿון לשון סגי־נהור, דאָס הייסט וווּ מע זאָגט איין זאַך אָבער מע מיינט דאָס פֿאַרקערטע, איז „בית־חיים“, טײַטש „דאָס הויז פֿון לעבן“. אַן אַנדער וואָרט, נישט קיין אייפֿעמיזם, איז „בית־הקבֿרות“, דאָס הייסט, דאָרטן, וווּ ס’געפֿינען זיך קבֿרים.
אָבער נישט אַלע ווערטער נעמען זיך פֿון לשון־קודש. מע זאָגט דאָך אויך „דאָס פֿעלד“, „דאָס גוטע־אָרט“, „דאָס הייליקע אָרט“, „דאָס ריינע אָרט“. אַ טשיקאַווער משל דערפֿון: איך בין אַ מאָל געפֿאָרן אין דער שטאָט גער, נישט ווײַט פֿון וואַרשע, וואָס ביזן חורבן איז זי געווען דער זיץ פֿונעם באַקאַנטן גערער רבין. אין 2007 זענען אין דער שטאָט געבליבן גאַנצע דרײַ ייִדן, האָב איך געהאַט די זכיה זיך צו באַקענען, און צו כאַפּן אַ ייִדישן שמועס, מיט צוויי. (וויפֿל מאָל אין לעבן איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן אויף ייִדיש מיט אַ ייִד, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און וווינט נאָך אין זײַן מיזרח־אייראָפּעיִשער היימשטאָט?)
איינער פֿון זיי, וועלוול קאַרפּמאַן, האָט מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער געגעבן אַן אינטערוויו דער ייִדישער ראַדיאָ־אוידיציע פֿונעם פּוילישן ראַדיאָ (צום באַדויערן, האָט מען די ראַדיאָ־אוידיציע דערנאָכדעם אָפּגעשאַפֿט). ווען די זשורנאַליסטקע האָט אים אַ פֿרעג געטאָן וועגן דעם גורל פֿונעם גערער בית־עולם, האָט ער זי איבערגעפֿרעגט: „איר מיינט ס’גוטע־אָרט?“ יעדעס מאָל, וואָס זי האָט ווײַטער געזאָגט „בית־עולם“, האָט ער געענטפֿערט „ס’גוטע־אָרט“.
אויך בײַ די אומות־העולם זענען די ווערטער דערפֿאַר אייפֿעמיזמען. דאָס פֿאַרשפּרייטסטע וואָרט אין אייראָפּע איז ס’ענגלישע cemetery, ס’פֿראַנצייזישע cimetière אד”גל, פֿון אַן אַלטגריכישן ווערב פֿאַר „ליגן/לייגן שלאָפֿן“. גאָר אַ מאָל, פֿאַר דער הײַנטיקער צײַט־רעכענונג, איז ס’גריכישע וואָרט געווען טײַטש „שלאָפֿשטוב“; בײַ די קריסטן בשעתּו האָט עס באַקומען דעם מאָדערנעם טײַטש. אַ ווײַטער קרובֿ פֿון דעם וואָרט איז ס’ייִדישע „היים“, אַ פּנים, ווײַל אין דער היים שלאָפֿט מען, אָבער נישט פּונקט אַזוי ווי אויפֿן בית־עולם…
דאָס דײַטשישע Friedhof איז דער „שלום־הויף“; און Kirchhof „קלויסטערהויף“ איז מגולגל געוואָרן אינעם פּוילישן Kirkut „ייִדישער בית־עולם“!
און אַזוי ווי מאַמע־לשון האָט פּאַראַלעלע וואָקאַבולאַרן פֿאַר ייִדן און פֿאַר קריסטן איז גאָר קיין חידוש נישט, וואָס אויפֿן אָרט, וווּ ס’ליגן קריסטן זאָגט מען „צווינטער“ אָדער „צמענטער“, מסתּמא, פֿון פּוילישן cmentarz פֿונעם זעלביקן גריכישן שורש וואָס cemetery.
The post Yiddish has a long list of words for ‘cemetery‘ appeared first on The Forward.
