Connect with us
Everlasting Memorials

Uncategorized

How to view the Yiddish Book Center’s virtual exhibit with your cell phone

אַ דאַנק דעם ייִדישן ביכער־צענטערס נײַעם װעבזײַטל, „ייִדיש׃ אַ גלאָבאַלע קולטור׃ אַ װירטועלע אױסשטעלונג“, קען מען איצט פֿאַרברענגען מיט דער ייִדישער קולטור ווען עס גלוסט זיך נאָר. דורך אַ קאָמפּיוטער אָדער טעלעפֿאָן אין דער קעשענע, האָט מען איצט צוטריט צו די הױכפּונקטן פֿונעם צענטערס פּרעכטיקער פּערמאַנענטער אױסשטעלונג.

פֿאָרװערטס־לײענערס װײסן שוין אַז דער ביכער־צענטער האָט לעצטנס פּובליקירט אַ  קאַטאַלאָג פֿון דער אױסשטעלונג — אַ בוך װאָס איז אַלײן אַ קונסטװערק. איך קען אַליין באַשטעטיקן אַז אַ װיזיט אין דער אױסשטעלונג אױפֿן צענטערס קאַמפּוס אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס איז אַ טראַנספֿאָרמאַטיװע דערפֿאַרונג. יעדער אײנער װאָס האָט אַ געלעגנהײט צו זען מיט די אײגענע אױגן די הונדערטער אוצרות — אַרײַננעמענדיק ביכער, פּלאַקאַטן, פֿאָטאָגראַפֿעס, נאָטן, קונסטװערק און אַ לינאָטיפּ־פּרעסע — דאַרף עס טאָן.

בײַ די װאָס װױנען װײַט אַװעק האָט דאָס װעבזײַטל אָבער קלאָרע מעלות. עס איז װיזועל צוציִענדיק, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל און לאָזט זיך גרינג ניצן. װי מע װעט װײַטער זען ניצט עס עפֿעקטיװ אױס מולטימעדיע (נישט נאָר בילדער אָבער אױך װידעאָס און קלאַנג־רעקאָרדירונגען).

װי די אױסשטעלונג אַלײן, צעטײלט זיך דאָס װעבזײַטל אױף 16 טעמאַטישע אָפּטיילן — ווי למשל „פֿרױען־שטימען“, „טעאַטער“ און „פּרעסע און פּאָליטיק“. װען מען גיט אַ קװעטש אױף אַן אָפּטייל זעט מען צו ערשט אַ פּאָר באַלערנדיקע פּאַראַגראַפֿן װעגן דער טעמע. נאָכן אַרײַנפֿיר געפֿינט מען בילדער פֿון חפֿצים אין דער אױסשטעלונג װאָס זענען שײך צו דער טעמע. די באַשרײַבונגען פֿון די אָביעקטן זענען גרינג צו פֿאַרשטײן אַפֿילו אױב מען איז נישט קײן מבֿין אױף ייִדישער קולטור. פֿאַר די דאָזיקע טעקסטן דאַרף מען באַדאַנקען דוד מאַזאָװער, דער קוראַטאָר פֿון דער אױסשטעלונג — װאָס האָט אױך מחבר געװען דעם קאַטאַלאָג און דאָס װעבזײַטל.

ווײַטער וועט איר זען  אַ קורצן „געפֿירטן טור“ דורך עטלעכע אָביעקטן אױפֿן װעבזײַטל. איך האָב אױסגעזוכט די װאָס געפֿעלן מיר ספּעציעל, און דער אָפּקלײַב איז בלויז אַ טייל פֿונעם מאַטעריאַל וואָס מע קען דאָרט זען. אין האַלבע לבֿנות געפֿינען זיך פֿאַרבינדונגען אױף די שײכדיקע װעבזײַטל־סעקציעס׃

  • אַ װאַרשעװער פּאָסטקאַרטל (אַרום 1910) פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער שרײַבערין דבורה באַראָן, כּמעט די אײנציקע שרײַבערין פֿון איר דור װאָס געפֿינט זיך אויף אַ פּאָסטקאַרטל. כּמעט אַלע ייִדישע קולטור־טוערס אױף די פּאָסטקאַרטלעך זענען געװען מענער. (כּדי צו זען דעם דאָזיקן חפֿץ, גיט אַ קװעטש דאָ.)
  • יצחק־לייבוש פּרצעס הומאָריסטישע אַליין־פּאָרטרעטן אין זײַן העפֿטל. פּרץ איז באַקאַנט װי אײנער פֿון די װיכטיקסטע שרײַבערס אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. אין דער אױסשטעלונג געפֿינט זיך אַ רעקאָנסטרוקציע פֿון זײַן סאַלאָן אין װאַרשע, װוּ ער האָט אױסגעפֿורעמט אַ גאַנצן דור פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. די צייכענונגען אין זײַן העפֿט באַװײַזן אַ לײַכטערע זײַט פֿון זײַן כאַראַקטער. (כּדי צו זען דעם דאָזיקן חפֿץ, גיט אַ קװעטש דאָ.)
  • אַן עקזעמפּלאַר פֿון „אָנקל טאָמס קעבין“, האַריעט ביטשער סטאָס ענגלישן ראָמאַן װעגן שקלאַפֿערײַ אין אַמעריקע, איבערגעזעצט אױף ייִדיש און פּובליקירט אין 1911. אַ דראַמאַטישע באַאַרבעטונג פֿון סטאָס מעשׂה האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם אין ייִדישן טעאַטער. (כּדי צו זען דעם דאָזיקן חפֿץ, גיט אַ קװעטש דאָ.)
  • אַן עטיקעט אין אַ ייִדיש בוך (אַרום 1910) מיט אַ בילד פֿון אַ מיידל וואָס לייענט, פֿון װאַרשע. (כּדי צו זען דעם דאָזיקן חפֿץ, גיט אַ קװעטש דאָ.)
  • אַ פֿאָטאָ פֿון דער ייִדישער פּאָעטעסע אסתּר שומיאַטשער־הירשבײן מיט אַ „גײשע“ אין יאַפּאַן. שומיאַטשער און איר מאַן, דער דראַמאַטורג און שרײַבער פּרץ הירשבײן, זענען געװען הייסע וועגסלײַט. דער דאַמפֿשיף־קופֿערט װאָס זײ האָבן מיטגעבראַכט מיט זײ איבער דער װעלט געפֿינט זיך אין דער אױסשטעלונג. (כּדי צו זען דעם דאָזיקן חפֿץ, גיט אַ קװעטש דאָ.)

דערצו געפֿינען זיך אױפֿן װעבזײַטל עטלעכע װידעאָס און קלאַנג־רעקאָרדירונגען. אַ פּאָר בײַשפּילן:

  • מיכל יאַשינסקי, אַ הײַנטצײַטיקער ייִדישער אַקטיאָר און איבערזעצער, לײענט פֿון אַ מעשׂה (אַרום 1908) װעגן מאַקס שפּיצקאָפּף, דעם „ייִדישן שערלאָק האָלמס.“ יאַשינסקי האָט לעצטנס פּובליקירט זײַן איבערזעצונג פֿון די שפּיצקאָפּף־מעשׂיות אױף ענגליש. (כּדי צו הערן די דאָזיקע רעקאָרדירונג, גיט אַ קװעטש דאָ).
  • אַ קאָנצערט פֿון „אונדזער שטעטל ברענט“, פֿונעם פּאָעט און לידער־שרײַבער מרדכי געבירטיג. בעתן חורבן האָט דאָס דאָזיקע ליד אינספּירירט ייִדן אין די געטאָס און קאָנסענטראַציע־לאַגערן אויסצושטיין דעם נאַצי־גיהנום. דאָ זינגט בענטע קאַהאַן. (כּדי צו קוקן אױפֿן דאָזיקן װידעאָ, גיט אַ קװעטש דאָ).
  • אַן אַנימאַציע און פֿאָרלײענונג פֿון  דער דערציילונג „די זאָגערין“ געשריבן פֿון רחל ברכות (1880-1942). סײַ די אַנימאַציע סײַ די פֿאָרלײענונג (אױף ייִדיש) זענען פֿון דער ייִדישער אַקטריסע, קינסטלערין און פֿאָרשערין אלונה באַך. די מעשׂה באַשרײַבט דאָס ביטערע לעבן פֿון אַ זאָגערין, אַ פֿרױ אין אַ שטעטל װאָס האָט געזאָגט תּפֿילות לטובֿת אַנדערע פֿרױען וואָס האָבן נישט געקענט לייענען קיין לשון־קודש. (כּדי צו קוקן אױף דער אַנימאַציע, גיט אַ קװעטש דאָ.)

בײַם סוף פֿון יעדער סעקציע געפֿינט זיך די פֿראַזע „איר װאָלט אפֿשר אױך הנאה געהאַט פֿון…“ — אַ זאַמלומג פֿאַרבינדונגען צו לעקציעס, קאָנצערטן און אינטערװיוען פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער, װאָס האָבן אַ שײַכות צו דער טעמע. אַ מאָל האָבן אַזעלכע „צוגאָבן“ צו טאָן מיט אַן אָביעקט אין דער אױסשטעלונג — ווי למשל אַרטיקלען פֿונעם צענטערס זשורנאַל „פּאַקן־טרעגער“ װעגן שמואל דזשודינס קאַרטלעך־קאַטאַלאָג, און װעגן אַ בוך פֿון אַרום 1920 פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

מאַזאָװער האָט מיר דערקלערט אַז דאָס װעבזײַטל איז נאָך נישט פֿאַרענדיקט, און װעט נאָך גרעסער ווערן מיט דער צײַט.  „מיר האַלטן נישט אַז די פּערמאַנענטע אויסשטעלונג און די דיגיטאַלישע ווערסיע זאָלן בלײַבן אַזוי אויף אייביק. מיר האָבן בדעה אָפֿט צו דערהײַנטיקן און ענדערן דעם מאַטעריאַל, ספּעציעל אָנלײַן. בײַ געוויסע טעמעס האָפֿן מיר צו גראָבן אַ ביסל טיפֿער; אפֿשר אויך צוגעבן טעמעס וואָס מיר האָבן שוין מער נישט געהאַט קיין פֿיזיש אָרט זיי אַרײַנצושטעלן, ווי למשל דאָס לעבן אין שטעטל, חסידות, די אַרבעטער־באַוועגונג און ייִדיש אין ישׂראל.“

זײַן מאַנשאַפֿט האָפֿט אויך צו שאַפֿן אַ דיגיטאַלישן נוסח פֿון דער כּוללדיקער „צײַטליניע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור“ אינעם קאַטאַלאָג פֿון דער אויסשטעלונג. „ס׳וואָלט געווען גוט אויב מיר קענען עס דערהײַנטיקן אויפֿן װעבזײַטל פֿון יאָר צו יאָר און מאַכן צוטריטלעך פֿאַר לערערס און סטודענטן.“

געדענקט זשע אַרײַנצוקוקן אינעם װעבזײַטל פֿון צײַט צו צײַט, כּדי צו אַנטדעקן נײַע אוצרות!

צו לייענען מער וועגן דעם ווירטועלן קאַטאַלאָג גיט אַ קוועטש דאָ.

The post How to view the Yiddish Book Center’s virtual exhibit with your cell phone appeared first on The Forward.

Continue Reading

Uncategorized

Israel’s Arkia Forges Deal With JetBlue on Flight Connections in US

A JetBlue Airways jet comes in for a landing at Laguardia Airport in New York City, New York, US, Jan. 11, 2023. Photo: REUTERS/Mike Segar

Israel’s Arkia Airlines said on Thursday it signed a deal with low-cost US carrier JetBlue Airways that would allow its customers to connect on JetBlue flights in the United States and to Latin America and the Caribbean.

Privately held Arkia mainly flies domestically and to Europe, but it launched flights from Tel Aviv to New York a year ago in competition with its larger rival and flag carrier El Al Israel Airlines.

Under the so-called interline agreement, Arkia‘s flight schedule of up to seven weekly non-stop flights to JFK Airport will be linked with JetBlue‘s destination network.

“This agreement adds a significant layer to strengthening Arkia‘s long-haul operations and expanding the range of services for customers travelling to North America,” said Arkia CEO Oz Berlowitz.

Dave Jehn, a vice president at JetBlue, the sixth-largest airline in the United States, said the new partnership with Arkia “allows us to expand our global reach and provides customers with a wider range of destinations and seamless connections between flights.”

El Al also has an interline agreement with JetBlue but a codeshare deal between the airlines ended in October.

Continue Reading

Uncategorized

Jewish cuisine in Warsaw, 1938

ס׳איז לעצטנס אַרויס אַ העברעיִשע איבערזעצונג פֿון בני מערס בוך וועגן דעם פֿאַר־מלמהדיקן ייִדישן כאַראַקטער פֿון סמאָטשע־גאַס אין וואַרשע. דאָס נײַע בוך, „מורה דרך: ורשה היהודית 1938“, דינט ווי אַ מין וועגווײַזער פֿאַר ישׂראלדיקע לייענער פֿון יענעם באַרימטן ייִדישן קוואַרטאַל, באַטאָנענדיק זײַנע באַזונדערע מנהגים, מאכלים, לשון, ליטעראַטור, קולטור און רעליגיע. קיין שום פּרט אין בוך איז נישט אויסגעטראַכט – אַ חוץ דעם וואָס דער וועגווײַזער אַליין איז געשריבן געוואָרן הײַנט, און נישט אין 1938. אָט איז אַ טייל פֿון דעם קאַפּיטל וועגן דער ייִדישער קיך אין וואַרשע.

אינעם ייִדישן קוואַרטאַל פֿון וואַרשע געפֿינען זיך נישט קיין באַזונדערע מאכלים. די ייִדן וואָס זײַנען אַהין געקומען האָבן מיטגעבראַכט זייערע אייגענע שפּײַזן, און דערפֿאַר קאָן מען דאָ עסן אַלץ, הכּל-בכּל. נישט אומזיסט האָבן מיר אַ שם פֿון „וואַרשעווער פֿרעסערס“, און אויך איר, טײַערע געסט, וועט נישט אַרויס חלילה הונגעריקע.

טרינקען טרינקט מען דאָ קודם-כּל די בײַערישע ביר „האָבערבוש און שילע“ (וואָס ווערט פּראָדוצירט נישט ווײַט פֿון דער „גמינע“ — דאָס קהילה-הויז — אויף גזשיבאָווסקע גאַס), און דערצו טרינקט מען פֿאַרשיידענע וואָדקעס און ספּירט. לשם מצוות-אכילה עסט מען דערבײַ הערינג מיט ציבעלע, האַרטע אייער, אייער-קיכלעך (זיסע אָדער געזאַלצענע), וואַסער-פּלעצלעך, געפֿעפֿערטע אַרבעס (געלע) און אַ שטיקל פּינטאָשוו קעז. אין די קאָנדיטערײַען און קאַפֿעען גיט מען קרעם-, שאָקאָלאַדע- און עפּל-טשאַסטקעס (קוכנס), ווי אויך לעקעך.

אונדזער קיך האָט אַ שם געמאַכט מיט אירע שבתדיקע און יום-טובֿדיקע דעליקאַטעסן. אויפֿן וואַרשעווער שבתדיקן טיש וועט איר געפֿינען יויך, גענדז אָדער בעפֿשטיק, געפֿילטע פֿיש (כאָטש מיר האָבן ליב אויך ליטוואַקעס, דאָ זײַנען זיי צימעס זיס). שבת אין דער פֿרי עסט מען טשאָלנט (ד״ה טשונט, אויף אונדזער לשון), קישקע און פֿאַרשיידענע קוגלען און קאָמפּאָטן.

יעדן יום-טובֿ האָט זײַנע אייגענע מאכלים. פּורים, למשל, עסט מען יויך מיט קרעפּלעך, געפֿילטע פֿיש, אייער-חלה, קיכלעך פֿון האָניק און צימרינג, מאַנדלען-קיכלעך, המן־טאַשן, אונגערישן ווײַן און מעד. פּסח עסט מען זיסע מצה-מעל-קיכלעך געטונקען אין ווײַן.

פֿײַנשמעקערס וועלן דאָ אויך געפֿינען די פֿראַנצויזישע קיך מיט אַ ייִדישן טעם. אין אונדזער רעפּרעזענטאַטיווסטן קרוין־רעסטאָראַן, „פּיקאַדילי“, וואָס געפֿינט זיך אויף ביעלאַנסקע 5 (טעל׳ 23-116), לעבן טעאַטער נאָוואָשטשי, דערלאַנגט מען אַ גענדזענעם לעבער, געפֿילטע פּאָמידאָרן, געגליווערטן קאַרפּ, שוואַרצן און רויטן קאַוויאַר (פֿון דרײַ זלאָטעס אַ מיטאָג). אין די מער פּאָפּולערע רעסטאָראַנען (ווי די פֿון י’ עלקענבוים אויף סמאָטשע 27, טעל׳ 77-162) באַקומט איר פֿיש מיט קליסקעלעך, וועמפּלעך מיט קישקע, קרופּניק מיט פֿלייש, קאָטלעטן, זופּן, קלאָפּסקאַלעך מיט פֿערפֿל — און אַלץ פֿאַר איין זלאָטע, מער אָדער ווייניקער. אויך די רעסטאָראַנען „יאַגאָדע“ (טווואַרדע 26, טעל׳ 34-205), „A la minute“, אויף דער שוויינטאָקזשיסקע־גאַס 43 43-341), יעקבֿ אַרבעס, נאַלעווקעס 9 – וועט אײַך גאָרנישט שאַטן.

שפּאָרעוודיקע טוריסטן וועלן הנאה האָבן פֿון פֿאַרשיידענע מיטאָגן וואָס ווערן פֿאַרקויפֿט אין פּריוואַטע דירות. געוויינטלעך וועט איר נישט זען קיין שום שילד; די אינפֿאָרמאַציע געפֿינט זיך אין דער צײַטונג „אונזער עקספּרעס“ אָדער אין די מעלדונגען וואָס ווערן געטיילט צו די פֿאַרבײַגייערס. למשל: אַ מיטאָג פֿון פֿיר שפּײַזן מיט קאָמפּאָט קאָסט דאָ נאָר זיבעציק גראָשן (זאַמענהאָף 26, וו. 11).

די וואַרשעווער אָרעמעלייט עסן נעבעך הערינג, אָדער אַפֿילו שילאַווקעס — פּיצלדיקע גערויכערטע פֿיש. שילאַווקעס קאָסטן אַ פּאָר גראָשן, און מע פֿאַרקויפט זיי אין די הויפֿן (זומערצײַט פֿאַרקויפֿט מען אין די הויפֿן אויך פֿרוכטן און גרינס — בפֿרט אַרבוז און אוגערקעס). אויב איר בלײַבט נאָך הונגעריק מחמת חסרון-כּיס, קאָנט איר עסן „שיריים“ אין איינער פֿון די 400 וואַרשעווער שולן און בתּי-מדרשים.

אויך וועגעטאַריער האָבן דאָ וואָס צו עסן. אין „יענע גאַסן“, די גויִשע וואַרשע, זײַנען פֿאַראַן צוויי וועגעטאַרישע רעסטאָראַנען, אָבער אין דער אמתן זײַנען מיר גיכער מקנא די ייִדישע וועגעטאַרישע רעסטאָראַנען אין לאָדזש און ווילנע („וועגאַ“ און פֿאַני לעוואַנדאָס רעסטאָראַן).

ווי עס איז, וועט איר זען און הערן די בייגעלעך־הענדלערס: ייִנגלעך און מיידלעך, און אַמאָל אויך זייערע מאַמעס און טאַטעס וואָס האָבן נישט קיין אַנדערע ברירה ווי אַרויסצוגיין טאָג און נאַכט אין די גאַסן און פֿאַרקויפֿן צוויי ביז פֿינף בייגעלעך פֿאַר צען גראָשן. זײַט אַזוי גוט און קויפֿט-זשע בייגעלעך, איידער די פּאָליציי וועט קאָנפֿיסקירן זייערע סחורה. אין די קריזיס-יאָרן האָבן אַ סך סוחרים באַנקראָטירט, און זייערע קראָמען זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין געשעפֿטן פֿון סאָדע-וואַסער אָדער לאָדעס — קויפֿט זשע אויך פֿון זיי.

די וואַרשעווער ייִדן האָבן ליב צו טרינקן טיי – בפֿרט מיט קאַנדל-צוקער און ציטרין, און אַ טיי פֿון אַ גרויסן סאַמאָוואַר איז ממש אַן עונג-שבת. נישט ווייניקער האָבן מיר ליב צו טרינקען קאַווע און זיצן אין קאַפֿעען. „לעצטנס האָט זיך דער מנהג צו גיין אין קאַוויאַרניעס איבערהויפּט פֿאַרשפּרייט אויך בײַ פּוילישע ייִדן,“ שרײַבט ד״ר א. גליקסמאַן, „און פֿיל אַזעלכע ייִדן, וואָס פֿלעגן אין אַמאָליקע צײַטן גיין בטלען אין בית-מדרש — בטלען איצט אין קאַוויאַרניע אויף אַ ציוויליזירטן אופֿן.“(„היינטיגע נייעס“, 13.1.1936).

די קאַוויאַרניעס פֿון דער גוייִשער וואַרשע זײַנען שיין און עלעגאַנט ווי אין אַנדערע גרויסע שטעט אין אייראָפּע. זיי זײַנען קלאַסישע אָדער מאָדערנע, און אויך די קליענטן זײַנען שיינע און עלעגאַנטע. איין חסרון נאָר: זיי האָבן נישט אַזוי ליב אַז מע רעדט ייִדיש, און בפֿרט אויף אַ קול. איז וואָס? איר האָט דאָך צענדליקער ייִדישע קאַפֿעען, ווי למשל די דרײַ קאַפֿע-קאָנדיטאָרײַען פֿון די ברידער סטודניאַ; די קאָנדיטערײַ בומאָוויטש (רינקאָווע 11, טעל׳ 66-405), אָדער פֿלידערבוים (טוואַרדע 26). זיי זײַנען אפֿשר נישט אַזוי פּרעכטיק ווי „אַדריִאַ“ אָדער „בריסטאָל“, אָבער איר וועט זיך דאָרטן פֿילן אין דער היים. ווי זאָגט מען: „וואָס דאַרפֿסטו ריידן גויִיש, מע זאָל זען אַז דו ביסט אַ ייִד?“ אין אונדזערע קאַפֿעען דערלאַנגט מען נישט נאָר פֿריש געבעקס, נאָר אויך לײַכטע מאכלים, ווי למשל הערינג אין אַ זעמעלע פּוטער.

דאָס ייִדישע וואַרשע בענקט  אַ ביסל נאָך די אַמאָליקע ליטעראַרישע קאַפֿעען, ווי למשל יחזקאל קאָטיקס קאַוויאַרניע אויף די נאַלעווקעס, וואָס שלום עליכם האָט פֿאַראייביקט אין זײַן „מנחם-מענדל“. אָבער אויך הײַנט צו טאָג האָבן מיר אַ ליטעראַרישן אָלימפּוס: דאָס איז דער בופֿעט בײַ דעם ליטעראַרישן פֿאַראיין, אויף טלאָמאַצקע 13. און וואָס איז שלעכט מיט טרינקען סתּם אַ קאַווע אין רובענטשיק-קאַפֿע, וואָס געפֿינט זיך אין מיטן דער ייִדישער גאָרטן, ד״ה קראַשינסקיס פּאַרק?

****

לאָמיר פֿאַרענדיקן מיט אַ תּפֿילה פֿון אַ וואַרשעווער ייִדענע, אַז דאָס קוגל זאָל איר געראָטן (אויף איר אייגן לשון):

קיגל קיגל יאַך מאַך דיך געטרײַ,

געטרײַ וועל יאַך דיך מאַכן,

מע זאָל אויס מיר נישט לאַכן.

אין אויוון זאָלסטע שטײַן,

אין מויל זאָלסטע צעגײַן,

גיט זאָלסט זײַן ווי יעקבֿ

און רויט ווי עשׂו.

The post Jewish cuisine in Warsaw, 1938 appeared first on The Forward.

Continue Reading

Uncategorized

JD Vance continues to minimize right-wing antisemitism as fringe influencers gain ground

(JTA) — Vice President JD Vance again downplayed the idea that conservatives should safeguard their ranks against antisemitism, a week after his ally Tucker Carlson hosted yet another antisemitic conspiracy theorist on his web show.

Vance’s latest brief comments, made Tuesday during an interview with conservative radio host and CNN pundit Scott Jennings, came in response to Jennings asking, “Does the conservative movement need to warehouse anybody out there espousing antisemitism in any way?”

“No it doesn’t, Scott,” the vice president replied, toward the end of their interview.

Vance continued by asserting that conservatives, drawing on Christian influences, were welcoming of all backgrounds.

“I think we need to reject all forms of ethnic hatred, whether it’s antisemitism, anti-Black hatred, anti-white hatred,” he said. “And I think that’s one of the great things about the conservative coalition, is that we are, I think, fundamentally rooted in the Christian principles that founded the United States of America.”

He added, “And one of those very important principles is that we judge people as individuals. Every person is made in the image of God. You judge them by what they do, not by what ethnic group they belong to.”

Vance’s comments follow a series of similar remarks by the vice president over the past month as major right-wing groups such as Turning Point USA and the Heritage Foundation grapple with the growing influence of Nick Fuentes and other openly antisemitic forces. Vance has also indicated his own skepticism in the U.S.-Israel relationship and stated that stopping immigration is the best approach to fighting antisemitism.

One Jewish conservative analyst still employed with Heritage — after a slew of employees left for a competing group — criticized Vance’s latest comments.

“Need a better answer from @JDVance on why the conservative movement should not tolerate antisemitism than what is effectively the equivalent of @TheDemocrats’ ‘…and Islamophobia’ response,” Daniel Flesch, a Heritage policy analyst for the Middle East and North Africa, posted on the social network X.

Flesch referenced his contention that Democratic leaders’ stock answer to addressing antisemitism is that it must be paired with addressing Islamophobia, rather than treated as its own unique problem.

Among Jewish conservatives’ biggest areas of consternation within the party right now: Carlson, the media figure who has platformed Fuentes and other conspiracy theorists while also maintaining close ties with Turning Point, Heritage and Vance himself. This week in Israel’s Knesset, a lawmaker in Prime Minister Benjamin Netanyahu’s Likud party denounced Carlson and fellow podcaster Candace Owens by name in an English-language speech.

Last week Carlson continued to fan the flames by hosting Ian Carroll, a conspiracy theorist who has proclaimed “Israel did 9/11”; that “Israel did their best to embellish and enflame the history books” on the Holocaust; and that sex trafficker Jeffrey Epstein was “working on behalf of Israel.”

Carroll has made inroads in the conservative media sphere for a while. He appeared on Joe Rogan’s mega-popular podcast last year and, in 2024, moderated a campaign event for then-presidential candidate Robert F. Kennedy Jr., today President Donald Trump’s secretary of health and human services. Carroll’s appearance on Carlson’s show came after both Trump and Vance refused to denounce Carlson for his friendly interview with Fuentes last year.

In their Jan. 2 interview, Carroll and Carlson primarily discussed the 2017 mass shooting at a music festival in Las Vegas. Carroll shared numerous conspiracy theories about the events of that evening, during which the shooter also fired rounds at a jet fuel tank stored at a nearby airport.

“And then there’s things happening at the airport that are strange, that there’s some shooting happening at the airport. So it’s like, is this a gang war between the Italian mob and the Jewish mob? Is this a CIA operation that went wrong?” Carroll muses at one point. “Is this, like, a Mossad operation? Any of those things would need to fit the facts.”

Carroll continued, “In lieu of enough facts, you can try to fit a perpetrator to the facts and invent explanations that will work.”

Later in the interview, Carlson muses about Carroll directly to him, “I’ve never seen anybody come to prominence faster, ever, in our world. And that’s led to a lot of speculation that you’re, like, a CIA officer in disguise.”

Carroll then offers, “Or I’m like, Mossad.”

To which Carlson concludes, “My personal explanation is you’re just an amazing explainer and a diligent researcher, and you’re really interested in what’s true. And those are the three qualities that make a successful person in our world.”

The post JD Vance continues to minimize right-wing antisemitism as fringe influencers gain ground appeared first on The Forward.

Continue Reading

Copyright © 2017 - 2023 Jewish Post & News