Connect with us

Uncategorized

A folksy approach to this year’s Yiddish symposium in Amsterdam

דעם 21סטן אַפּריל איז פֿאָרגעקומען דער יערלעכער אַמסטערדאַמער ייִדיש־סימפּאָזיום, נאָר דאָס יאָר איז עפּעס ניט געװען װי געװײנטלעך. איז מה נשתּנה, מיט װאָס איז דער הײַיאָריקער סימפּאָזיום געװען אַנדערש װי אַלע יאָר?

מיט 20 יאָר צוריק האָט דער פֿילאָלאָג און היסטאָריקער שלמה בערגער ע״ה געגרינדעט דעם סימפּאָזיום — װי אַ פֿאָרש־קאָנפֿערענץ. אלא װאָס, אין יאָר 2026 איז דאָס ניט געװען קײן שמועס פֿון פֿאָרשער צװישן זיך, אין העלפֿאַנדבײן־טורעם, נאָר אַ קולטור־אונטערנעמונג פֿאַרן ברײטן עולם.

שױן דאָס באַגריס־װאָרט האָט געשמעקט מיט פּאָפּולאַריזירונג און פֿאָלקסטימלעכקײט. באַגריסט האָט דעם עולם די לעקטאָרין פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור בײַם אַמסטערדאַמער אוניװערסיטעט, דניאלה זײַדמאַן־מאַוער. אַלײן רעדנדיק אױף ענגליש, האָט זי באַמערקט, אַז מאַמע־לשון קװעלט מן־הסתּם פֿון נחת, זעענדיק די חסידישע קינדער װאָס בײַ זײ אין מױל לעבט די שפּראַך װײַטער.

זײַדמאַן־מאַוער האָט פֿון צײַט צו צײַט פֿאָרט אַרײַנגעכאַפּט אַ ייִדיש װאָרט: „זיצן שיבֿעה“, „קוגל“, „חוצפּה“. אױך יצחק באַשעװיסן האָט מען דערמאָנט. װי ניט איז, קומט זײַדמאַן־מאַורער אַ גרױסער יישר־כּוח פֿאַרן אײַנאָרדענען דעם סימפּאָזיום. אין דעם פּרט איז איר אַרבעט געװען זײער אַ געראָטענע.

סך־הכּל זײַנען געװען דרײַ רעדנערס. בײַם אָנהײב איז אַרױסגעטראָטן דװקא אַ װיסנשאַפֿטלערין מיט אַ רעפֿעראַט װעגן לינגװיסטיק. דאָס איז געװען די שפּראַך־פֿאָרשערין חיה־רחל נאָװע פֿון ניו־יאָרק. זי האָט איבערגעגעבן אינטערעסאַנטע אױספֿירן פֿון איר פֿאָרשונג און בעת־מעשׂה פֿאַרװײַלט דעם צוהערער־עולם.

אײדער ניו־יאָרק האָט געהײסן ניו־יאָרק, האָבן דאָרט געװױנט האָלענדישע קאָלאָניסטן אין אַ ייִשובֿ אױפֿן נאָמען נײַ־אַמסטערדאַם. אַפֿילו די שפּעטערדיקע דורות האָבן נאָך אַ צײַט לאַנג אױפֿגעהיט די נידערלענדישע שפּראַך — זײ האָבן זיך געהאַט זײערע צײַטונגען און אױך אײגענע שולן. אױב אַזױ, האָט די לינגװיסטן נאָװע געטענהט, קען מען דאָך מאַכן אַ גזירה־שװה און זאָגן דאָס אײגענע װעגן דער חסידישער באַפֿעלקערונג הײַנט צו טאָג, װאָרן אַ סך חסידים לעבן זיך װײַטער אױס אױף דער ייִדישער שפּראַך — צװישן זײ נאָװע אַלײן.

בשעתן רעפֿעראַט האָט זי טאַקע געװיזן אַ קורצן פֿילם מיט איר אײניקל װאָס לײענט פֿון אַ ייִדיש־לערנבוך. בײַם סוף האָט זי נאָך געװיזן אַ מוזיק־װידעאָ מיט אַ רעפּ פֿונעם פּאָפּולערן חסידישן זינגער אַרי סאַמעט. „פּסח האָבן די קינדער דאָס געזונגען אָן אױפֿהער!“ — האָט זי געזאָגט.

צװישן די גורמים װאָס פֿאַרזיכערן דעם המשך פֿון דער שפּראַך האָט נאָװע דערמאָנט דעם פֿאַקט, װאָס מע קען פֿירן געשעפֿטן און מאַכן אַ קאַריערע אױף ייִדיש. מע דאַרף ניט צוקומען צו ענגליש כּדי פּרנסה צו האָבן. אַחוץ געזעלשאַפֿטלעכע פֿאַקטאָרן האָט נאָװע אױך אַרומעגערעדט פֿאַקטן פֿון דער שפּראַך גופֿא.

אינעם לשון פֿון הײַנטיקע חסידים געפֿינען זיך סימנים סײַ פֿון המשך און סײַ פֿון באַנײַונג. חסידים זאָגן, למשל, „אַלעס“ (פֿאַר „אַלץ“) — פּונקט װי דער ייִדיש־רעדנידקער עולם אין אונגאַרישן אונטערלאַנד פֿאַר דער מלחמה. פֿון דער צװײטער זײַט, זאָגט מען הײַנט צו טאָג „אײביק“ (ניט „אַלע מאָל“, „תּמיד“ אָדער „אַלץ“) — אַ װאָרט װאָס אַמאָליקע צײַטן האָט מען עס זעלטן װען געבראַכט פֿאַרן מױל, און אַז יאָ, איז מײנענדיק דװקא „נצח“ און ניט אַז מע טוט עפּעס שטענדיק, כּסדר.

דער צװײטער רעדנער אױפֿן סימפּאָזיום האָט שױן גערעדט אין גאַנצן ניט אַקאַדעמיש, נאָר דערצײלט אַנעקדאָטן, פּערזענלעכע זכרונות. אױך בײַ אים האָט מען זיך גוט פֿאַרװײַלט און ער האָט ניט אײן מאָל אַרױסגערופֿן אַ געלעכטער בײַם עולם. דאָס האָט געשמועסט דער שוועדישער פֿאַרלעגער ניקאָלײַ אָלניאַנסקי װעגן זײַן פֿאַרלאַג און װעגן דעם װי אַזױ ער האָט זיך גענומען צום אַרױסגעבן הײַנטצײַטיקע װעלטלעכע ליטעראַטור אױף ייִדיש.

אָלניאַנסקי איז אַ שװעד װאָס האָט זיך מגייר געװען. לכתּחילה האָט ער גענומען זיך לערנען ייִדיש כּדי ניט אָנצוּװערן זײַן סטודענטישע דירה. אָבער נאָך דעם האָט ער שטאַרק הנאה געהאַט פֿון די שפּראַך־לעקציעס מיט שלמה שולמאַנען ע״ה, װאָס האָט דעמאָלט געהאַלטן ייִדיש־לעקציעס אױפֿן לונדער אוניװערסיטעט. שפּעטערצו האָט ייִדיש געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע פֿאַר זײַן באַנעמען זיך אַלײן װי אַ ייִד.

מיט דער צײַט האָט אָלניאַנסקי, אין אײנעם מיט זײַן װײַב אידאַ, אַלײן אָנגעהױבן זיך אױסלעבן אױף ייִדיש און אַרױסגעבן אַ צײַטשריפֿט, װאָס אין איר האָבן זײ געשריבן װעגן „העװי מעטאַל“, װידעאָ־שפּילן און נאָך ענינים װאָס האָבן זײ פֿאַראינטערעסירט. די יונגע משפּחה אָלניאַנסקי איז אין גיכן דערגאַנגען צום אױספֿיר, אַז פֿאַרן ייִדישן המשך דאַרף מען האָבן װעלטלעכע קינדערביכער אױף ייִדיש. און דאָס פּאָרפֿאָלק איז ניט געזעסן מיט פֿאַרלײגטע הענט, נאָר זיך טאַקע גענומען צו דער אַרבעט.

שלום בערגער האָט דעמאָלט רעצענזירט זײערע ביכער פֿאַרן פֿאָרװערטס און אַראָפּגעריסן צװײ פֿון זײ. אָלניאַנסקי האָט זיך אָפּגערופֿן דערױף, אױך אינעם פֿאָרװערטס, מיט טענות קעגן „אַן עליטיזם װאָס שטײט תּמיד אין וועג דעם לעבעדיקן, הײַנטצײַטיקן ייִדיש.“ בערגער האָט געהאַלטן אַז אָלניאַנסקיס ביכער לײענען זיך טײל מאָל „װי אַ ראָבאָט װאָלט זײ אָנגעשריבן“. אױף דעם האָט אָלניאַנסקי געענטפֿערט — מיט אַ ראָמאַן װעגן אַ ייִדישיסט װאָס הײסט קאָליאַ ראָבאָטסקי.

בשעת װען די ערשטע צװײ רעפֿעראַטן האָט מען געהאַלטן אױף ענגליש, איז דער דריטער און לעצטער געװען — אױף פֿלעמיש, דער סאָרט האָלענדיש װאָס מע רעדט אין צפֿון־בעלגיע. דאָס האָט דערצײלט נפֿתּלי מאָסקאָװיטש, אַ חסיד פֿון אַנטװערפּן, װעגן זײַן אַרבעט װי אַן עצה־געבער אין שפּראַך־ענינים פֿאַר דער נעטפֿליקס־סעריע „רױע דימענטן“.

אין דער אמתן האָט מאָסקאָװיטש ניט נאָר געלערנט הילכות אױסשפּראַך, נאָר אױך ייִדישע פֿירונגען: װאָס טוט אַ שטײגער אַ פֿרומער ייִד װען ער כאַפּט זיך אױף פֿון שלאָף? װי אַזױ זאָגט מען מודה־אַני און גיסט אָפּ נעגל־װאַסער? װי אַזױ פֿירט זיך אַ חסידיש פּאָרפֿאָלק צװישן זיך?

װאָס שײך אַרױסרעד, האָט ער געשילדערט דעם גאַנג פֿון לימוד: צו ערשט דאַרף דער אַקטיאָר דאָך פֿאַרשטײן און קענען זאָגן די װערטער: װאָס — הערט — זיך, נאָר לסוף עס אַרױסרעדן: „װאָסערצאַך?“

אַז מע האָט געדאַרפֿט בראָקן פּסוקים לשון־קודש, האָט מאָסקאָװיטש זיך אָבער אַ מאָל מיאש געװען פֿונעם אױסלערנען זײַנע תּלמידים דעם אַרױסרעד. אײַנחזרן דעם פּיוט „אשת־חיל“ װאָלט זײ נאָך אַלעמען אָנגעקומען צו שװער. איז װאָס װעט מען טאָן אַז אַ משפּחה זעצט זיך אַװעק בײַם שבתדיקן טיש פֿרײַטיק־צו־נאַכט, און אַלע מאַנסבילן אין אײנעם דאַרפֿן זינגען אָט דעם לױבגעזאַנג לכּבֿוד דער ייִדישער פֿרױ?

צום סוף האָט מען רעקאָרדירט מאָסקאָװיטשן גופֿא עטלעכע מאָל װי ער זינגט אױס דעם ניגון, אַזױ אַז ס׳זאָל פֿאָרט קלינגען כּאילו דאָס זינגט אַ גאַנץ געזעמל מענערשע שטימען. װעגן אַזעלכע און אַנדערע פּרטים פֿון הינטער די קוליסן האָט מען זיך געקענט דערװיסן פֿון מאָסקאָװיטשן, װאָס אַרבעט אַנדערש װי אַ העברעיִש־לערער.

די אָרגאַניזאַטאָרן האָט זיך אַזױ אַרום אײַנגעגעבן אײַנצוסדרן אַ נאָכמיטאָג לעקציעס װאָס האָבן געקענט פֿאַראינטערעסירן סײַ אַקאַדעמישע פֿאָרשער־מבֿינים און סײַ דעם פּראָסטן, װײניקער באַהאַװנטן עולם. אַחוץ דעם איז דאָס אױך געװען אַ שײנע געלעגנהײט פֿאַר ייִדישיסטן זיך צונױפֿצוטרעפֿן און צו כאַפּן אַ שמועס אױף ייִדיש־לשון. דורך דעם האָט די ייִדישע שפּראַך גופֿא אױך געקראָגן אַ תּיקון אױף אָט דער לעבעדיקער אונטערנעמונג.

The post A folksy approach to this year’s Yiddish symposium in Amsterdam appeared first on The Forward.

Continue Reading

Uncategorized

Assailant stabs two men, one visibly Jewish, on Upper West Side

(JTA) — NEW YORK – An assailant stabbed two victims, at least one of whom was visibly Jewish, in an area of the Upper West Side known for its Jewish institutions.

Police said two male victims, aged 57 and 50, were in stable condition and being treated for stab wounds to the torso.

Rabbi Allen Schwartz of the neighborhood’s Congregation Ohab Tzedek told the Jewish Telegraphic Agency that one of the victims was a congregant who is visibly Jewish and wears a kippah.

Schwartz, who is in Israel, said he spoke to the congregant on the phone and that he is “alert.” “He may go home before Shabbos,” Schwartz said.

One person of interest has been taken into custody, according to the New York Police Department, who announced no immediate motive for the attack.

This article originally appeared on JTA.org.

The post Assailant stabs two men, one visibly Jewish, on Upper West Side appeared first on The Forward.

Continue Reading

Uncategorized

What sort of Yiddish do Yiddishists speak today?

Ask the question: “What sort of Yiddish do Yiddishists speak?” and a jokester might respond: “Well, these days they speak English.”

But let’s consider the Yiddishists who really do speak it in order to preserve it as a living language, because they see it as a treasured part of the Ashkenazi cultural heritage.

Their purpose is different than the Hasidim who speak the language as a way of preserving their religious lifestyle and traditional Jewish values.

Linguist Emma Breslow recently defended her dissertation about the way that Yiddishists speak the language. She interviewed 30 Yiddish speakers at the annual week-long Yiddish immersion retreat Yiddish Vokh and also met with Yiddish speakers from New York, Boston and Montreal.

When she asked people whether they considered themselves Yiddishists, most said no. Perhaps the words Yiddishism and Yiddishist sound rather old-fashioned today. Since Breslow couldn’t find a label that speakers could agree on, she uses the phrase “minority-context Yiddish community” in her study. This category, she writes, also includes former Hasidim who occasionally participate in Yiddishist gatherings.

One surprise in her dissertation is the diversity in this community’s Yiddish. An outsider might assume that all Yiddishists speak the same but that isn’t so: some adhere to Standard Yiddish — the literary standard established by the YIVO Institute for Jewish Research and used in most Yiddish language courses today. Others use the Polish or Ukrainian Yiddish dialect or switch dialects. Sometimes they would say gut (good) and other times — git; sometimes zogn (to say) and other times — zugn.

When Breslow asked people their opinion of Standard Yiddish she mainly received negative answers, although some acknowledged that Standard Yiddish could be useful for learning the language, since the spelling closely matches the pronunciation.

Some interviewees made unexpected comments about Standard Yiddish, as in “Nobody speaks that,” even if, being at the Yiddish Vokh, they might have earlier chatted with Standard Yiddish speakers, and even heard children speak it as a native language. Her dissertation discusses this feeling they have that Standard Yiddish lacks authenticity — maybe precisely because so few people speak it from birth.

The minority-context Yiddish community consists of several groups: a) native speakers — those who speak Yiddish well from home; b) heritage speakers — those who heard it as children, but don’t speak it well; c) students and others who studied the language as adults, and d) former Hasidim, who now live in the larger secular world. Each group speaks differently, but there are interesting points of comparison.

Among her subjects, the former Hasidim speak so-called Hasidic Yiddish — a dialect that linguists have been researching intensely in recent years. Students mostly speak a sort of Standard Yiddish, which they learned from their teachers. All of the Yiddish speakers often exhibited a certain influence or interference from English; no surprise, considering that Hasidim — the largest group of Yiddish speakers today by far — mix English words into their Yiddish too.

Breslow’s quotations include interesting examples of code-switching — when speakers go back and forth between languages. Some of the younger speakers use the word like as a discourse marker in their Yiddish just as in their English.

A second topic of Breslow’s investigation is the articulation of the Yiddish letter reysh, which is similar to the R sound. In the older dialects there were two sorts of reysh: the throat (uvular) reysh, like in French or Modern Hebrew, and the tongue-tip (apical) reysh, as in Russian or Spanish. In addition to those two pronunciations, today’s Yiddishists also use the English-style (retroflex) reysh. Interestingly, linguist Uriel Weinreich, who authored the textbook, cautioned in the preface that students should not use the American reysh.

The grammar of the Yiddishists is also worth examining. Although many have taken courses teaching the grammar of Standard Yiddish, they don’t necessarily follow the rules. That shouldn’t come as a surprise, since even authentic Yiddish speakers of previous generations spoke in dialects that differed considerably from the way Yiddish was written in books and in the press. That’s why there’s no reason to criticize Hasidim for “ruining the grammar,” as many non-Hasidic Yiddish speakers do, since Yiddish speakers have been “ruining” the proper grammar for centuries.

The post What sort of Yiddish do Yiddishists speak today? appeared first on The Forward.

Continue Reading

Uncategorized

Argentina rabbi: What can can learn from losing the World Cup?

דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, גלײַך נאָכן סוף פֿונעם וועלט־בעכער טורניי 2026 האָב איך אָנגערופֿן אַ גוטן פֿרײַנד אין אַרגענטינע, כּדי צו הערן ווי עס גייט אים.

איך בין ממש צעבראָכן — האָט ער געזאָגט — פֿאַרוואָס האָט דער אויבערשטער דאָס געטאָן?!

האָב איך אים געענטפֿערט: — איך בין נישט דעם אויבערשטנס בוכהאַלטער, און זיכער נישט זײַן אַדוואָקאַט. איך ווייס נישט פֿאַרוואָס ער טוט וואָס ער טוט, און פֿאַרוואָס ער טוט נישט וואָס ער טוט נישט. איך מיין אַז די וויכטיקסטע פֿראַגע איז נישט: „פֿאַרוואָס איז דאָס געשען“? נאָר גיכער: „וואָס איצט? וואָס קענען מיר זיך דערפֿון לערנען?“

האָט ער מיך געפֿרעגט, וואָס איך האַלט איז דער מוסה־השׂכּל. האָב איך אים געפֿרעגט צי ער געדענקט די מעשׂה פֿון יונה.

— אַוודאי. דער פֿיש האָט אים אײַנגעשלונגען.

ריכטיק — האָב איך געזאָגט — אָבער דאָס איז בלויז דער ערשטער טייל פֿון דער מעשׂה. נאָך דעם וואָס יונה האָט אין נינווה איבערגעגעבן די נבֿואה, מיט וועלכער דער אויבערשטער האָט אים געשיקט, איז ער אַרויס פֿון שטאָט און זיך אַוועקגעזעצט צו זען וואָס עס וועט ווערן.

דער אויבערשטער האָט דעמאָלט געמאַכט אויפֿוואַקסן אַ קיקיון, וואָס האָט אים געגעבן שאָטן, און יונה האָט זיך זייער געפֿרייט. אָבער אויף מאָרגן האָט דער אויבערשטער געשיקט אַ וואָרעם, וואָס האָט פֿאַרדאָרבן דעם קיקיון, און דער בוים איז פֿאַרטריקנט געוואָרן.

ווען די זון האָט שטאַרק געברענט, האָט יונה געליטן פֿון דער היץ און איז געוואָרן גאָר פֿאַרצווייפֿלט. האָט אים דער אויבערשטער געפֿרעגט: טרויערסטו איבערן קיקיון?

און יונה האָט געענטפֿערט: יאָ, ביז צום טויט.

האָט דער אויבערשטער געזאָגט: דו באַדויערסט אַ קיקיון, וואָס דו האָסט נישט פֿאַרפֿלאַנצט און נישט אויפֿגעהאָדעוועט. אין איין נאַכט איז ער אויפֿגעקומען, און אין איין נאַכט איז ער פֿאַרגאַנגען.

און זאָל איך דען נישט רחמנות האָבן אויף דער גרויסער שטאָט נינווה, וווּ עס וווינען מער פֿון צוועלף טויזנט מענטשן?“…

די מעשׂה שטעלט אונדז פֿאָר אַ פּשוטע אָבער טיפֿע פֿראַגע: וואָס פֿאַרדינט טאַקע אונדזער גרעסטע זאָרג?

און דאָ קומען מיר צוריק צום וועלט־בעכער. עס איז גאָר פֿאַרשטענדלעך, אַז אַן אַרגענטינער זאָל זײַן אַנטוישט ווען זײַן מאַנשאַפֿט פֿאַרשפּילט. ספּאָרט רופֿט אַרויס שטאַרקע געפֿילן, און דאָס איז דווקא איינע פֿון די סיבות, פֿאַרוואָס מענטשן האָבן עס אַזוי ליב.

— דײַן טרויער איז נישט קיין חסרון — האָב איך אים געזאָגט — פֿאַרקערט. עס ווײַזט, אַז דו ביסט אַ מענטש מיט געפֿיל. און געפֿיל איז אַ טײַערע מידה.

אָבער ווען די ערשטע אַנטוישונג הייבט שוין אָן זיך אָפּצושוואַכן, איז כּדאַי זיך צו פֿרעגן: וואָס נאָך אין לעבן פֿאַרדינט אַזאַ מאָס פֿון דײַן איבערגעגעבנקייט?

באַטראַכט נאָר אַ מאָמענט. דו האָסט נישט געקענט ברענגען דעם נצחון, און דו האָסט אויך נישט גורם געווען די מפּלה. און דאָך האָט דער רעזולטאַט, וואָס איז בכלל נישט געווען אין דײַנע הענט, אַזוי שטאַרק באַווירקט דײַנע געפֿילן.

אפֿשר וואָלט זיך געלוינט אַרײַנצולייגן די זעלבע עמאָציאָנעלע ענערגיע אין אַן אַנדער מין „פֿאַרמעסט“ — אין אַזאַ, וווּ דײַנע באַשלוסן און דײַנע מעשׂים קענען טאַקע מאַכן אַן אמתן חילוק.

וואָס פֿאַר אַ פֿאַרמעסט מיין איך? דאָ קומט אַרײַן אַן אויסערגעוויינטלעכע הוראה פֿונעם רמב״ם.

דער רמב״ם שרײַבט, אַז יעדער מענטש דאַרף שטענדיק זען זיך אַליין און די גאַנצע וועלט ווי פּונקט באַלאַנצירט צווישן זכות און חובֿה.

איין מצווה. איין גוט וואָרט. איין מעשׂה פֿון חסד. אַפֿילו איין גוטער געדאַנק.

יעדער איינער פֿון זיי קען איבערוועגן די גאַנצע וואָג לטובֿה — נישט נאָר פֿאַר זיך אַליין, נאָר פֿאַר דער גאַנצער וועלט.

מיר טראַכטן אָפֿט: וואָס מאַכט אויס וואָס איך׳ל טאָן? איך בין דאָך בלויז איין מענטש צווישן אַכט ביליאָן? דער רמב״ם בעט אונדז צו קוקן אויף דער וועלט מיט אַנדערע אויגן:

שטעל זיך פֿאָר אַ וואָג. אויף איין זײַט שטייען פֿיר ביליאָן מענטשן. אויף דער צווייטער זײַט — נאָך פֿיר ביליאָן. די וואָג איז פּונקט באַלאַנצירט. איצט שטעל זיך פֿאָר, אַז דו טרעטסט צו און באַשליסט אויף וועלכער זײַט זיך צו שטעלן. אין יענער רגע ווערט דײַן באַשלוס דער באַשליסנדיקער. דו ביסט דער וואָס האָט איבערגעוואָגן די גאַנצע וואָג.

אויב דאָס קלינגט צו אַבסטראַקט, לאָמיר זיך אומקערן צום וועלט־בעכער.

דער גאַנצער טורניר — נאָך וואָכן פֿון שפּילן, צענדליקער נאַציאָנאַלע מאַנשפֿאַטן און הונדערטער שפּילער — איז דער סוף באַשלאָסן געוואָרן דורך איין איינציקן מאָמענט.

איין שפּילער. איין גאָל. אַזוי איז אויך אין דער רוחניותדיקער וועלט.

דער גרויסער געראַנגל צווישן גוטס און שלעכטס, וואָס באַגלייט די גאַנצע געשיכטע פֿון דער מענטשהייט, קען אויסזען ווי עפּעס צו גרויס, כּדי אַ יחיד זאָל קענען אײַנווירקן דערויף.

אָבער אויב די וואָג איז טאַקע באַלאַנצירט, ווי דער רמב״ם באַשרײַבט, קען דער גאַנצער סוף־רעזולטאַט אָפּהענגען פֿון איין מענטש. פֿון איין מצווה. פֿון איין גוט וואָרט. פֿון איין גוטן געדאַנק.

און יענער מענטש קען זײַן דווקא דו אַליין. מיט דעם באַשלוס וואָס ליגט הײַנט אין דײַנע הענט.

עס איז דאָ נאָך אַן ענין, וואָס דער וועלט־בעכער קען אונדז לערנען. די נבֿיאים באַשרײַבן אַ צײַט, ווען די וועלט וועט דערגרייכן איר אמתן ציל. דעמאָלט וועט דער משיח קומען און ברענגען אַן עפּאָכע פֿון שלום, גערעכטיקייט און אַלגעמיינער דערקענונג פֿון גאָט.

קען מען זיך פֿרעגן: ווי אַזוי איז עס מעגלעך, אַז איין מענטש זאָל אינספּירירן די גאַנצע וועלט?

אָבער טראַכט צוריק וועגן דעם וואָס מיר האָבן פּונקט איצט מיטגעזען. ביליאָנען מענטשן האָבן אין איין אויגנבליק זיך צוגעקוקט אויף איין מענטש: ליאָנעל מעסי.

פֿאַר אַ קורצן מאָמענט איז ער געוואָרן דער צענטער פֿונעם אויפֿמערק פֿון ביליאָנען מענטשן!

אויב דאָס איז מעגלעך אין דער וועלט פֿון ספּאָרט, איז עס נאָך מער פֿאַרשטענדלעך, אַז עס וועט קומען אַ טאָג, ווען די גאַנצע מענטשהייט וועט זיך ווענדן צו אַ פֿירער, וועמענס כּוח וועט נישט ליגן אין זײַנע פֿיס, נאָר אין זײַן רוח.

משיח וועט נישט פֿאַראייניקן מענטשן אַרום אַ פּילקע. ער וועט פֿאַראייניקן זיי אַרום אמת. אַרום גוטסקייט. אַרום גערעכטיקייט. אַרום שלום. און אַרום דער ידיעה פֿון ג-טליכקייט.

איך האָב דעמאָלט צוגעגעבן מיט ַא שמייכל: „ס׳איז דאָ אַ טשיקאַווער צופֿאַל. דער נאָמען Messi קלינגט ַא ביסל ענלעך צו Messiah.

אַוודאי איז דאָס בלויז אַ לשון־צופֿאַל. אָבער אַ מאָל קען אַ קליינע צופֿעליקייט דינען ווי אַ בריק צו אַ גרעסערן געדאַנק. און דער געדאַנק איז פּשוט:

אויב די גאַנצע וועלט קען זיך פֿאַראייניקן אַרום אַ פֿוסבאָל־פֿינאַל, אויב ביליאָנען מענטשן קענען זיך טיילן די זעלבע האָפֿענונג, די זעלבע שפּאַנונג און די זעלבע באַגײַסטערונג, דערמאָנט דאָס אונדז, אַז די מענטשהייט איז פֿעיִק זיך צו פֿאַראייניקן.

די פֿראַגע איז נאָר: אַרום וואָס?

די נבֿיאים זעען פֿאָרויס א טאָג, ווען די וועלט וועט זיך פֿאַראייניקן נישט אַרום קיין שפּיל, נאָר אַרום אַ ציל. נישט אַרום אַ געווינער, נאָר אַרום אמת. נישט אַרום אַ גאָל, נאָר אַרום דעם אויבערשטן.

און ביז עס קומט יענער טאָג, האָט יעדער איינער פֿון אונדז זײַן אייגענע ראָלע. מיר דאַרפֿן נישט וואַרטן אויף אַ פֿולן סטאַדיאָן. מיר דאַרפֿן נישט וואַרטן אויף אַ וועלט־פֿינאַל. און מיר דאַרפֿן זיכער נישט וואַרטן ביז אַלע אַנדערע וועלן טאָן וואָס זיי דאַרפֿן טאָן.

די געלעגנהייט ליגט פֿאַר אונדז יעדן טאָג. יעדער באַשלוס. יעדער גוט וואָרט. יעדע מצוה. יעדער אַקט פֿון חסד. זיי אַלע זײַנען מער באַטײַטנדיק, ווי מיר שטעלן זיך פֿאָר.

אפֿשר וועלן מיר קיינמאָל נישט וויסן, ווי ווײַט די השפּעה פֿון אַן איינציקער מעשׂה האָט זיך פֿאַרשפּרייט. אָבער לויט דעם רמב״ם דאַרפֿן מיר לעבן מיט דעם באַוווּסטזײַן, אַז עס איז זייער מעגלעך, אַז דווקא יענע מעשׂה האָט איבערגעווויגן די גאַנצע וואָג.

מיר קענען אפֿשר נישט באַשליסן ווער עס זאָל געווינען דעם וועלט־בעכער. אָבער מיר קענען יעדן טאָג באַשליסן וואָס פֿאַר אַ וועלט מיר העלפֿן בויען.

אויב יעדער פֿון אונדז וועט טאָן זײַן טייל, וועלן מיר אַלע צוזאַמען העלפֿן ברענגען דעם טאָג, ווען די וועלט וועט דערגרייכן איר אמתן נצחון — די גאולה האמתית והשלימה, מיט ביאת משיח צדקנו במהרה בימינו, ממש.

The post Argentina rabbi: What can can learn from losing the World Cup? appeared first on The Forward.

Continue Reading

Copyright © 2017 - 2023 Jewish Post & News