Connect with us
Everlasting Memorials

Uncategorized

‘Let us go on this path, on the white path’

לאָמיר אין דעם הײַנטיקן טאָג פֿון באַפֿרײַונג און שׂימחה נישט פֿאַרגעסן די אַנדערע קרבנות פֿונעם 7טן אָקטאָבער 2023, און אויך נישט דאָס אַכזריות מיט וועלכן די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן. כּבֿוד זייער אָנדענק!

— מרים טרין, איבערזעצערין פֿונעם ווײַטערדיקן עסיי פֿון העברעיִש

1.

איך געדענק, ווען אַוואַד איז געווען קליין, אַ קליין קינד, האָבן איין מאָל ער און זײַנע ברידער געטאָן עפּעס אין דער היים, געמאַכט אַ באַלאַגאַן, ס׳איז געוואָרן אַ מהומה, און אַלע ברידער און שוועסטער האָבן געמאַכט דעם ויבֿרח, זיך צעלאָפֿן און נאָר ער איז דאָרט געבליבן, און איך קום צו, זע אים דאָרט זיצן אַזוי רויִק און קוקן אויף מיר. זאָג איך אים: ״פֿאַר וואָס שטייסטו נישט אויף? זעט אויס אַז דו האָסט דאָס געמאַכט דעם באַלאַגאַן!״ און ער שטייט פֿאַר מיר, ווי אַ שד! און זאָגט: ״פֿאַר וואָס ביסטו אויף מיר אין כּעס, טאַטע? אויב איך וואָלט דאָס געטאָן, וואָלט אויך איך אַנטלאָפֿן, אָבער איך האָב גאָרנישט נישט געטאָן, טאָ פֿאַר וואָס זשע זאָל איך אַנטלויפֿן?״ און איך האָב אים געגלייבט און אים געזאָגט: ״ווייסט וואָס? דו ביסט גערעכט, דאָס איז אמת, דו האָסט דאָס נישט געטאָן.״ ער האָט געהאַט אַ קאָפּ, דאָס אָ קינד. און ער האָט געהאַט קוראַזש, זיך מיר אַנטקעגנצושטעלן. און ער האָט געהאַט אַ גוט האַרץ.

ער האָט געהאַט אַ גרויס האַרץ. אין אונדזער דאָרף, אין איכסאַל, קומט מען נאָך אַלץ אונדז מנחם־אָבֿל זײַן, און עס איז געקומען זײַן לערערקע און אונדז געזאָגט, אַז ער האָט איר געברענגט אַ מתּנה צום געבורטסטאָג, ער האָט איר געברענגט אַ קליינע קייט, און אַן אַנדער לערערקע האָט אונדז דערציילט אַז ער האָט איר געברענגט אַ בלום. ער האָט געהאַט אַ האַרץ אַזאַ, נישט יעדעס קינד געדענקט אַזוי דעם געבורטסטאָג פֿון זײַן לערערקע, ער האָט געהאַט רשימות, פֿלעגט געדענקען דאַטעס, אַ געבורטסטאָג פֿון אַ מומע, אַ פֿעטער, פֿון זײַנע ברידער און אויך אין די ערטער וווּ ער האָט געאַרבעט, אין איחוד הצלה [אַן אָרגאַניזאַציע פֿאַר ערשטער גיכער הילף], אויך דאָרט האָט ער אַלעמען געדענקט און איז געווען דאָרט יעדן איינעמס חבֿר.

ער איז נישט געווען קיין בטלן. ער איז געווען אַ פֿלײַסיק קינד. נישט געווען קיין אַרבעט אין דעם אַמבולאַנס — פֿלעגט ער גיין אַרבעטן אין אַ חתונה־זאַל, זײַן אַ קעלנער. נישט געווען קיין אַרבעט דאָרט — פֿלעגט ער גיין זײַן אַ קוכער, העלפֿן דעם קוכער. ער האָט אויך געקענט קאָכן, פֿלעגט קאָכן אַלץ, פֿיש, פֿלייש, ראַקעלעך. און ער האָט געהאַט אַ גוטן קאָפּ, ער פֿלעגט גיין אין אַ חתונה־זאַל צו אַרבעטן דאָרט און דעם גאַנצן אָוונט פֿלעגט ער העלפֿן בײַ זײַן טיש, אויפֿנעמען מענטשן: ״הײַ, ווי קען מען אײַך העלפֿן, וואָס קען מען אײַך ברענגען?״ ער פֿלעגט זאָגן אַ גוט וואָרט און מען פֿלעגט אים געבן טרינקגעלט, פֿלעגט ער קומען אַהיים מיט טויזנט שקל. אַ קאָפּ האָט ער געהאַט, דאָס אָ קינד. ער איז געווען אַ גוט קינד. געווען אַ גוט קינד.

ער האָט זיך אָנגעהויבן אויף דאָקטער, אין געאָרגיע. זיך דאָרט געלערנט איין יאָר און צוריק, ס׳איז דאָרט געווען אַ באַלאַגאַן אין דער קאָראָנע־צײַט. אָבער ער האָט געהאַט פּלענער זיך אומצוקערן אַהין, ענדיקן זיך לערנען, ווערן אַ דאָקטער. די גאַנצע צײַט האָט ער געטראַכט פֿאָרויס. דערווײַל האָט ער אָנגעהויבן זיך לערנען זײַן אַ פּאַראַמעדיקער און אַרבעטן בײַ ״יאָסיס אַמבולאַנס״. ס׳איז דאָ אַ פֿירמע ״יוסיס אַמבולאַנס״ און מען האָט אים דאָרט געוואַלדיק ליב געהאַט, אים אויסגעלערנט זײַן אַ פּאַראַמעדיקער און אים געגעבן נאָך אַן אַרבעט און ער פֿלעגט דאָרט אַרבעטן שעהען לאַנג, שעהען לאַנג. כ׳האָב אים געזאָגט: ״לאָז דאָס אָפּ, דו ביסט די גאַנצע צײַט אונטער וועגנס.״, און ער האָט געזאָגט: ״ס׳איז מיר גוט, טאַטע.״ ער איז געווען אַ מענטש פֿון אַרבעט.

ער איז געווען אונדזער מיזיניק, דער קלענסטער, און פֿונדעסטוועגן פֿלעגט ער אונדז צום מערסטן העלפֿן. די גאַנצע צײַט פֿלעגט ער העלפֿן, קומען צו מיר אויף דער אַרבעט און מיר זאָגן: ״דו רו זיך אָפּ, טאַטע, זאָג מיר נאָר וואָס צו טאָן, וועל איך טאָן, דערקלער מיר וואָס צו טאָן, וואָס צוצוגעבן, וואָס צו פֿאַרבינדן, ווי אָנצושטעלן, דו רו זיך אָפּ.״ איך בין אַ בוי־אונטערנעמער, און ער איז געווען צוגעקלעפּט צו מיר און ליב געהאַט מיר כּסדר צו העלפֿן. אַ מאָל פֿלעגט ער גיין, צוריקקומען פֿון שול און מיר דאַן גרייטן עסן און געקומען מיטן עסן צו מיר אויף דער אַרבעט און מיר זאָגן, קום, זעץ זיך אַוועק און עס, טאַטע, און זאָג מיר וואָס צו טאָן.

און דאָס גאַנצע לעבן פֿלעגן מיר חלומען אין איינעם, געוואָלט אים בויען אַ הויז, אים קויפֿן אַ הויז און אים דערנאָך חתונה מאַכן, געווען גרויסע פּלענער, ער איז געווען דער מלאך אין אונדזער הויז, אַ מלאך, כּסדר פֿלעגט ער אַרומנעמען זײַנע שוועסטער, אַ קוש געבן, ער איז געווען דאָס ליכט דאָ, און איצט זײַנען מיר אַליין, קוקן זיך איינער דעם אַנדערן אין די אויגן אַלע פּאָר רגעס, שוין, נישטאָ, אונדזער לעבן צעשטערט. און אַלע נאַכט בעטן זיך זײַן מאַמע און איך אײַן, טוען תּפֿילה, ער זאָל אונדז קומען צו חלום, אָבער ער — אויך אין חלום קומט ער נישט. אינשאַללאַ, מיט גאָטס הילף וועט ער נאָך קומען צו אונדז צו חלום.

אַוואַד איז אַראָפּ אין דרום שוין דאָנערשטיק, ער האָט מיטגענומען מיט זיך דעם וואָגן מיטן מיניטראַקטאָר, ס׳איז געווען מיט אים דאָרט אַ מיניטראַקטאָר. ווען ער איז אַרויס פֿון דער היים, האָט ער נאָך אַלץ נישט גענוי געוווּסט, וווּהין ער פֿאָרט. פֿאַר וואָס? ווײַל מיט אַ וואָך פֿריִער איז געווען אַן אַנדער ענלעכע געשעעניש, אין דער געגנט פֿון דער ערבֿה [אַראָווע — געגנט אין דרום־ישׂראל] און אויך דאָרט האָט אַוואַד געאַרבעט ווי אַ פּאַראַמעדיקער, האָט ער געמיינט, ער גייט ווידער אַהין.

איידער ער איז אַרויס, האָט די מאַמע אים מיטגעגעבן עסן. אַוואַד האָט ליב געהאַט ברענגען עסן דער גאַנצער מאַנשאַפֿט, פֿלעגט ער זיי ברענגען לאַבאַנע [ווײַסן יאָגורט] וואָס מיר גרייטן אַליין, און בוימל, און זאַטאַר [געווירץ] און פּיטעס, אַלץ האָט ער געברענגט און מען פֿלעגט אַלץ ליב האָבן. ער פֿלעגט דאָס טאָן אַ סך. און שוין, איז אַוועקגעפֿאָרן, האָט אונדז געזאָגט: ״חבֿרה, איך פֿאָר אויף דרײַ טעג, בײַ־בײַ, זײַט געזונט.״ און איז אַוועק.

דאָנערשטיק האָט מען געהאַט אַ געשעעניש און פֿרײַטיק נאָך איינס, ער האָט דאָרט באַהאַנדלט עטלעכע מענטשן, געווען הייס, האָבן זיי זיך אויסגעטריקנט, האָט ער דאָרט געהאָלפֿן מענטשן. און בײַ נאַכט, בײַ נאַכט איז פֿאָרגעקומען אַ מסיבה. בסדר, ער איז געווען צוגעוווינט, ער איז געווען אויף אַ סך אַזעלכע געשעענישן, מענטשן קומען אַ מאָל, פֿילן זיך נישט גוט, חלשן אַוועק, נישט עפּעס ערנצטס. מסיבות, אַזוי איז דאָס.

אויף צו מאָרגנס, שבת, האָט ער אַפֿילו מיט קיינעם נישט גערעדט. מיר האָבן גאָרנישט נישט געוווּסט. איך בין בכלל געווען אין שפּיטאָל. פֿאַר וואָס? ווײַל איך, איך האָב געהאַט אַ ווייטיק אין די לונגען און פֿרײַנד האָבן מיר געהייסן גיין אין שפּיטאָל אויף אַן אונטערזוכונג. בלויז דערנאָך, מיטיקצײַט, האָבן מיר אָנגעהויבן פֿאַרשטיין וואָס געשעט, מיר האָבן אים אָנגעקלונגען און ער האָט נישט געענטפֿערט און ער האָט נישט גערעדט גאָרנישט. און איך בין אין שפּיטאָל, מיט אַ לונגען־ווייטיק, איך האָב נישט באַוויזן צו אָטעמען. און איך האָב נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס איך באַווײַז נישט צו אָטעמען. 

וואַלאַ, איצט פֿאַרשטיי איך.

4.

מיר ווייסן נישט קיין סך. מיר האָבן נאָך נישט אויסגעפֿאָרשט, נישט גערעדט מיט קיינעם. וואָס מיר ווייסן: אַז עס האָבן זיך אָנגעהויבן די ראַקעטן און דאַן איז אָנגעקומען די ערשטע כוואַליע טעראָריסטן און זיי האָבן דאָרט געשאָסן און געוואָרפֿן גראַנאַטן, איך ווייס נישט וואָס זיי האָבן געוואָרפֿן, און די מענטשן דאָרט זײַנען פֿאַוווּנדיקט געוואָרן אין האַנט, אין פֿוס, אין דעם און יענעם, האָט מען זיי גענומען באַהאַנדלען, ער איז אַ פּאַראַמעדיקער, ער און די שוועסטער וואָס איז געווען צוזאַמען מיט אים האָבן זיי אָנגעהויבן באַהאַנדלען, פֿאַרבינדן זייערע וווּנדן, זיי צו העלפֿן, זיי האָבן דאָרט באַהאַנדלט אַ סך פֿאַרוווּנדיקטע גלײַך בײַם אָנהייב. און ער, ער האָט געהאַט אַ מיניטראַקטאָר, ער איז אַהין און צוריק, און געברענגט פֿאַרוווּנדיקטע צום געצעלט, איז ווידער און ווידער אַוועק צום שטח פֿון דער מסיבה, געפֿירט פֿאַרוווּנדיקטע, אַזוי איז דאָס געווען. און דאַן האָבן אָנגעהויבן זיך באַווײַזן טעראָריסטן, אַרומשיסן דאָרט, אויפֿרײַסן, און אַלע זײַנען אַנטלאָפֿן, אַלע פּאַראַמעדיקערס דאָרט זײַנען אַנטלאָפֿן, און ס׳איז געווען דאָרט מיט אים אַ מיידל, אַ שוועסטער, אַ מיידל, און זי האָט גענומען וויינען און ער האָט זי אַרומגענומען און איר געזאָגט: „איצט האָבן מיר נישט קיין צײַט פֿאַר דעם. שטעל זיך אויף און לאָמיר זײַן שטאַרק! זאָלסט זײַן געבענטשט! שטעל זיך אויף!“ און דאָס זעלביקע האָט ער געזאָגט אַ בעדויִנער יונגן־מאַן וואָס איז דאָרט געווען. ער האָט זיי געהאָלפֿן אַנטלויפֿן פֿון דעם אָרט. און אַלע זײַנען טאַקע, טאַקע אַנטלאָפֿן און דער צווייטער פּאַראַמעדיקער האָט אים געזאָגט: ״אַוואַד, שוין, אַנטלויף! זײַ נישט קיין נאַר, לויף!״ דאַן האָט אַוואַד אים געזאָגט: ״דו אַנטלויף, איך וועל זיך אַן עצה געבן מיט זיי.״ דאָס זײַנען די לעצטע ווערטער וואָס אַוואַד האָט אים געזאָגט: ״איך וועל זיך אַן עצה געבן מיט זיי.״ ער האָט געמיינט, אַז ער וועט רעדן מיט זיי אויף אַראַביש, רעדן, מישטיינס געזאָגט, מיט זיי וועגן דעם קאָראַן אָדער עפּעס אַזוינס. ער האָט געמיינט, ער קען זײַן דער מלאך פֿון דער דאָזיקער מלחמה. ער האָט נישט געוווּסט אַז זיי, סע אַרט זיי נישט, נישט דאָס און נישט גאָרנישט. איז ער דאָרט געבליבן. ער איז געבליבן דאָרט, וווּ די פֿאַרוווּנדיקטע. ער האָט זיי נישט פֿאַרלאָזן. כאָטש ער איז געווען דער ייִנגסטער אין זייער מאַנשאַפֿט, איז ער דער וואָס איז געבליבן אויפֿפּאַסן איינער אַליין אויף זיי. און פֿון דאָרט האָט ער געשריבן יוסין, דעם באַלעבאָס פֿון דעם אַמבולאַנס, ער האָט אים געשריבן: ״מיר זײַנען אין אַ באַלאַגאַן דאָ, מיר געפֿינען זיך אין אַ מלחמה, מיר דאַרפֿן הילף, וווּ איז די מדינה, אַ סך מענטשן קומען אַהער, אין אויטאָס, צו פֿוס.״ 10 אַ זייגער אין דער פֿרי האָט ער אים געשריבן. און דאַן זײַנען אויך אַהין צו אים געקומען נאָך פֿאַרוווּנדיקטע און ער האָט אויך זיי באַהאַנדלט, איז געווען דאָרט אַליין און האָט זיי באַהאַנדלט און אַ טייל פֿון זיי, טייל פֿאַרוווּנדיקטע זײַנען שפּעטער געראַטעוועט געוואָרן. דאָס איז פֿאַר וואָס דער פּרעזידענט וואָס איז דאָ געווען, האָט מיר געזאָגט אַז אַוואַד איז אַ קריגסהעלד. ער איז דערהרגעט געוואָרן דאָרט, אין דעם געצעלט, זיי האָבן אים אַרײַנגעשאָסן צוויי קוילן אין האַרץ, צוויי קוילן, פּונקט אין דער לינקער זײַט. און ווען מיר האָבן געפֿונען זײַן טויטן גוף, האָט מען אים געפֿונען מיט באַנדאַזשן אין די הענט. ער האָט נאָך געהאַלטן אין אַרומלויפֿן מיט באַנדאַזשן. דאָס איז וואָס איז אים וויכטיק געווען צו טאָן, פֿאַרמאַכן די וווּנדן פֿון די פֿאַרוווּנדיקטע. נאָר זײַנע וווּנדן איז נישט געווען קיינער ווער סע זאָל זיי פֿאַרמאַכן. און ווען איך בין געקומען אים זען, ווען מען האָט מיר געברענגט דעם טויטן גוף, ווען איך האָב אים געזען, איז ער געווען אין דעם אָרון מיט אַ שמייכל! און די מענטשן האָבן אים אונטערגעזוכט און מיר געזאָגט, ער איז אין גאַנצן ריין, ווי נײַ, עס פֿעלט אים נישט גאָרנישט, אַחוץ צוויי לעכער אויף דער לינקער זײַט, דאָרט וווּ דאָס האַרץ. און זײַן פּנים איז געווען שיין, שיין. ער איז געווען אַ מלאך אין אָרון. אַ מלאך. אַ חתן! סאַראַ פּנים ער האָט געהאַט. ווער עס האָט אים געזען, וואַלאַ, אַוואַד איז אַ גרעסערער קראַסאַוועץ ווי ער איז געווען בײַם לעבן.

  1. ווער איז אַלץ נישט געווען אויף זײַן לוויה! עס זײַנען געווען מוסולמענער, דרוזן, קריסטן, ייִדן, טשערקעסן, ווער איז אַלץ נישט געווען אויף אַוואַדס לוויה. בײַ אונדז — פֿרויען טאָרן נישט אַרויס אויף קיין לוויות, אָבער אַלע פֿרויען זײַנען געשטאַנען אַזוי אויף די גאַסן! אַלע זײַנען געשטאַנען אויף די גאַסן און געקוקט אויפֿן אָרון. ווער איז אַלץ נישט געווען אויף דער לוויה, ווער האָט אַלץ נישט תּפֿילה געטאָן. איך האָב אַ חבֿר אַ רבֿ וואָס האָט תּפֿילה געטאָן פֿאַר אַוואַדן, איך האָב אַ חבֿר אַ בישאָף פֿון נצרת [נאַצערעס] וואָס האָט תּפֿילה געטאָן פֿאַר אַוואַדן. און דערנאָך זײַנען געקומען מענטשן אונדז צו טרייסטן, מענטשן וואָס איך קען זיי נישט! אַראַבער, ייִדן, געקומען פֿון מודיעין [מאָדיִיִן — אַ שטאָט], געקומען פֿון צפֿון, מיר געזאָגט „איך האָב געהערט וועגן דײַן זון“, מיך אַרומגענומען און איך האָב זיי אויפֿגענומען, איך נעם אויף יעדן גאַסט, יעדן מענטשן.

אַוואַד איז געווען דאָס קינד פֿון גאַנצן דאָרף. נישט מײַן זון. די מענטשן אין דאָרף האָבן מיר נישט געזאָגט ״מיר פֿילן מיט מיט דיר״, ניין! זיי האָבן געזאָגט: ״אַוואַד איז אונדזער זון! דאָס איז דער זון וואָס איז אַרויס פֿון אונדזער היים!״ אַזוי האָבן אַלע מיר געזאָגט. און איך שווער, איך האָב צוגעקראָגן כּוח פֿון די דאָזיקע מענטשן. איך בין אַ וויינער, איך בין אַ שפּירעוודיקער מענטש, אָבער איך בין געשטאַנען און אויפֿגענומען די מענטשן. טויזנטער, טויזנטער מענטשן זײַנען געווען. און זיי האָבן מיר געגעבן דעם כּוח. זיי האָבן מיך געבענטשט מיט כּוח.

איך, שוין — איך האָב שוין געקראָגן מײַן פּאָרציע אומגליק. אָבער איך טו תּפֿילה, איך טו תּפֿילה אַז איצט נאָך דעם וואָס עס איז אונדז געשען, זאָלן מיר קענען לעבן רויִק, לעבן בשלום, מיר מוזן בײַטן אונדזער לעבן, מיר מוזן צוזאַמען אָננעמען איינער דעם צווייטן, גוט לעבן צוזאַמען, מיר קענען זײַן אַ מדינה אַ מחיה, אַ וועלט אַ מחיה, איך ווייס נישט, פֿאַר וואָס מיר זײַנען אַזוי. פֿאַר וואָס איז דאָס לעבן אַזוי. פֿאַר וואָס דאַרף מען לעבן אַזוי, איך ווייס נישט. 

פֿאַר וואָס זאָל נישט זײַן רויִק, פֿאַר וואָס זאָל נישט זײַן שלום? פֿאַר וואָס קענען נישט אַלע לעבן צוזאַמען. איך, ווי לאַנג דאַרף איך לעבן. זיבעציק, אַכציק, נײַנציק, לסוף גיי איך אַוועק פֿון דער אָ ערד. די אָ ערד איז נישט מײַנע און נישט קיינעמס נישט. טאָ לאָמיר לעבן רויִק, לאָמיר לעבן אַזוי, איינער זאָל ליב האָבן דעם צווייטן, איינער זאָל האָבן דרך־ארץ פֿאַר דעם צווייטן. ווי איז געשען, אַז מיר דאָ, זײַנען געוואָרן חיות. ווי האָט גאָט אונדז געשאַפֿן, ווי לאָזט גאָט אונדז לעבן. אַפֿילו בײַ חיות איז דאָס האַרץ בעסער ווי אונדז.

און באמת, איך בין גרייט דאָס אָנצונעמען, מוותּר צו זײַן אויף אַוואַדן און זאָגן, יאַללאַ, דאָס איז בײַ מיר געווען דער לעצטער אומגליק, אָבער פֿון איצט אָן וועט ווערן בעסער, רויִקער, ליכטיקער. אינשאַללאַ. אינשאַללאַ! זאָלן מיר גיין אויף דעם דאָזיקן וועג, אויף דעם ווײַסן וועג. לאָמיר מאַכן פֿון ס׳נײַ ליכט!

איבערגעזעצט פֿון העברעיִש: מרים טרין

The post ‘Let us go on this path, on the white path’ appeared first on The Forward.

Continue Reading

Uncategorized

Rights Groups Say at Least 16 Dead in Iran During Week of Protests

People walk past closed shops following protests over a plunge in the currency’s value, in the Tehran Grand Bazaar in Tehran, Iran, December 30, 2025. Photo: Majid Asgaripour/WANA (West Asia News Agency) via REUTERS

At least 16 people have been killed during a week of unrest in Iran, rights groups said on Sunday, as protests over soaring inflation spread across the country, sparking violent clashes between demonstrators and security forces.

Deaths and arrests have been reported through the week both by state media and rights groups, though the figures differ. Reuters has not been able to independently verify the numbers.

The protests are the biggest in three years. Senior figures have struck a softer tone than in some previous bouts of unrest, at a moment of vulnerability for the Islamic Republic with the economy in tatters and international pressure building.

SUPREME LEADER SAYS IRAN WILL NOT YIELD TO ENEMY

President Masoud Pezeshkian told the Interior Ministry to take a “kind and responsible” approach toward protesters, according to remarks published by state media, saying “society cannot be convinced or calmed by forceful approaches.”

That language is the most conciliatory yet adopted by Iranian authorities, who have this week acknowledged economic pain and promised dialogue even as security forces cracked down on public dissent in the streets.

US President Donald Trump has threatened to come to the protesters’ aid if they face violence, saying on Friday “we are locked and loaded and ready to go,” without specifying what actions he was considering.

That warning prompted threats of retaliation against US forces in the region from senior Iranian officials. Supreme Leader Ayatollah Ali Khamenei said Iran “will not yield to the enemy.”

Kurdish rights group Hengaw reported that at least 17 people had been killed since the start of the protests. HRANA, a network of rights activists, said at least 16 people had been killed and 582 arrested.

Iran’s police chief Ahmad-Reza Radan told state media that security forces had been targeting protest leaders for arrest over the previous two days, saying “a big number of leaders on the virtual space have been detained.”

Police said 40 people had been arrested in the capital Tehran alone over what they called “fake posts” on protests aimed at disturbing public opinion.

The most intense clashes have been reported in western parts of Iran but there have also been protests and clashes between demonstrators and police in Tehran, in central areas, and in the southern Baluchistan province.

Late on Saturday, the governor of Qom, the conservative centre of Iran’s Shi’ite Muslim clerical establishment, said two people had been killed there in unrest, adding that one of them had died when an explosive device he made blew up prematurely.

HRANA and the state-affiliated Tasnim news agency reported that authorities had detained the administrator of online accounts urging protests.

CURRENCY LOST AROUND HALF ITS VALUE

Protests began a week ago among bazaar traders and shopkeepers before spreading to university students and then provincial cities, where some protesters have been chanting against Iran’s clerical rulers.

Iran has faced inflation above 36 percent since the start of its year in March and the rial currency has lost around half its value against the dollar, causing hardship for many people.

International sanctions over Iran’s nuclear program have been reimposed, the government has struggled to provide water and electricity across the country through the year, and global financial bodies predict a recession in 2026.

Khamenei said on Saturday that although authorities would talk to protesters, “rioters should be put in their place.”

Speaking on Sunday, Vice President Mohammadreza Aref said the government acknowledged the country faced shortcomings while warning that some people were seeking to exploit the protests.

“We expect the youth not to fall into the trap of the enemies,” Aref said in comments carried by state media.

Continue Reading

Uncategorized

Antisemitic Graffiti Painted on the Facade of Canada Synagogue

Antisemitic graffiti on a synagogue in Winnipeg, Canada. Photo: CIJA, via i24.

i24 NewsThe Winnipeg police in central Canada have opened a hate crime investigation after the discovery of swastikas and antisemitic messages spray-painted on the exterior of the Shaarey Zedek synagogue, one of the city’s main Jewish congregations. The graffiti is believed to have been done during the night from Saturday to Sunday.

The acts of vandalism were discovered early in the morning. Several hateful symbols were visible on exterior parts of the building. No injuries were reported. Officers went to the scene to assess the damage and secure the premises. The police are currently reviewing surveillance footage from the area and are asking anyone with information to come forward.

The incident has drawn strong condemnation from national and local Jewish organizations. The Centre for Israel and Jewish Affairs (CIJA) denounced these acts, stressing that the desecration of Jewish institutions with Nazi symbols requires a firm response from municipal and police authorities.

The Jewish Federation of Winnipeg has also condemned what it calls “pure hatred,” warning that the repeated targeting of Jewish institutions poses a serious threat to the community’s safety. It has once again encouraged citizens to promptly report any hate-related incident to enable investigators to gather the necessary evidence.

These graffiti have appeared in a context of rising antisemitic incidents across the country. Community organizations note that synagogues, schools, and Jewish centers are increasingly being targeted, particularly during times of international tension, even when they have no direct connection to those events.

Continue Reading

Uncategorized

Oil Prices Likely to Move Higher on Venezuelan Turmoil, Ample Supply to Cap Gains

FILE PHOTO: The Guinea-flagged oil tanker MT Bandra, which is under sanctions, is partially seen alongside another vessel at El Palito terminal, near Puerto Cabello, Venezuela December 29, 2025. Photo: REUTERS/Juan Carlos Hernandez/File Photo

Oil prices are likely to move higher when benchmark futures resume trading later on Sunday on concern that supply may be disrupted after the United States snatched Venezuelan President Nicolas Maduro from Caracas at the weekend and President Donald Trump said Washington would take control of the oil-producing nation.

There is plentiful oil supply in global markets, meaning any further disruption to Venezuela’s exports would have little immediate impact on prices, analysts said.

The US strike on Venezuela to extract the country’s president inflicted no damage on the country’s oil production and refining industry, two sources with knowledge of operations at state oil company PDVSA said at the weekend.

Since Trump imposed a blockade of sanctioned oil tankers entering or leaving Venezuelan waters and seized two cargoes last month, exports have fallen and have been completely paralysed since January 1.

That has left millions of barrels stuck on loaded tankers in Venezuelan waters and led to millions more barrels going into Venezuelan oil storage.

The OPEC member’s exports fell to around 500,000 barrels per day in December, around half of what they were in November. Most of the December exports took place before the embargo. Since then, only exports from Chevron of around 100,000 bpd have continued to leave Venezuela. The global oil major has US authorization to produce and export from Venezuela despite sanctions.

The embargo prompted PDVSA to begin cutting oil output, three sources close to the decision said on Sunday, because Venezuela is running out of storage capacity for the oil that it cannot export. PDVSA has asked some of the joint ventures that are operating in the country to cut back production, the sources said. They would need to shut down oilfields or well clusters.

Trump said on Saturday that the oil embargo on Venezuelan exports remained in full effect. If the US government loosens the embargo and allows more Venezuelan crude exports to the US Gulf, there are refiners there that previously processed the country’s oil.

The weekend’s events were unlikely to materially alter global oil markets or the global economy given the US strikes avoided Venezuela’s oil infrastructure, said Neil Shearing, group chief economist at Capital Economics.

“In any case, any short-term disruption to Venezuelan output can easily be offset by increased production elsewhere. And any medium-term recovery in Venezuelan supply would be dwarfed by shifts among the major producers,” he said in a note.

Trump also threatened on Friday to intervene in a crackdown on protests in Iran, another OPEC producer, ratcheting up geopolitical tensions. Trump on Friday said “we are locked and loaded and ready to go,” without specifying what actions he was considering against Tehran, which has seen a week of unrest as protests over soaring inflation spread across the country.

“Prices may see modest upside on heightened geopolitical tensions and disruption risks linked to Venezuela and Iran, but ample global supply should continue to cap those risks for now,” said Ole Hansen, head of commodities research at Saxo Bank.

On Sunday, the Organization of the Petroleum Exporting Countries and their allies agreed to maintain steady oil output in the first quarter, OPEC+ said in a statement. Both Venezuela and Iran are members of OPEC. Several other members of OPEC+ are also embroiled in conflict and political crises.

The producer group has put increases in production on pause for the first quarter after raising output targets by around 2.9 million barrels per day from April to December 2025, equal to almost 3% of world oil demand.

Brent and US crude futures settled lower on Friday, the first day of trading of 2026, as investors weighed oversupply concerns against geopolitical risks. Both contracts closed 2025 with their biggest annual loss since 2020 marked by wars, higher tariffs, increased OPEC+ output and sanctions on Russia, Iran and Venezuela.

VENEZUELA

“The political transition in Venezuela adds another major layer of uncertainty, with elevated risks of civil unrest and near-term supply disruptions,” said Jorge Leon, head of geopolitical analysis at consultancy Rystad Energy and a former OPEC official.

“In an environment this fragile, OPEC+ is choosing caution, preserving flexibility rather than introducing new uncertainty into an already volatile market.”

Trump said on Saturday that the US would control the country until it could make an orderly transition, but an interim government led by vice president and oil minister Delcy Rodriguez remains in control of the country’s institutions, including state energy company PDVSA, with the blessing of Venezuela’s top court.

A top Venezuelan official said on Sunday that the country’s government would stay unified behind Maduro amid deep uncertainty about what is next for the Latin American country.

Trump said that American oil companies were prepared to reenter Venezuela and invest billions of dollars to restore production there.

Venezuela is unlikely to see any meaningful boost to crude output for years even if US oil majors do invest the billions of dollars in the country that Trump has promised, analysts said.

“We continue to caution market observers that it will be a long road back for the country, given its decades-long decline under the Chávez and Maduro regimes, as well as the fact that the US regime change track record is not one of unambiguous success,” Helima Croft, RBC Capital’s head of commodities research, said in a note.

Continue Reading

Copyright © 2017 - 2023 Jewish Post & News