Connect with us

Uncategorized

Pinchas, this week’s Torah portion, is hard to stomach today

אין דער פֿריִערדיקער פּרשה האָבן מיר געלייענט, ווי אַזוי דער מואָבֿישער מלך בלק, בשותּפֿות מיטן בייזן כּישוף־מאַכער בלעם, האָט אַרײַנגעשיקט פֿרעמדע פֿרויען צו די ייִדן, כּדי זיי צו פֿאַרפֿירן צו דינען עבֿודה־זרה.

אַהרנס אייניקל פּינחס האָט דערזען, אַז זמרי, דער נשׂיא פֿונעם שבֿט־שמעון האָט אָנגעהויבן אָפֿענערהייט אַן אינטימע באַציִונג מיט אַ געוויסער נישט־ייִדישער פֿרוי, כּזבי. די חז״ל דערקלערן, אַז דאָס איז געווען בלקס טאָכטער. פּנחס האָט אַרויסגעכאַפּט אַ שווערד און דערהרגעט דאָס פּאָרל; אַ מגפֿה, וואָס האָט דעמאָלט געבושעוועט צווישן די ייִדן, האָט זיך אָפּגעשטעלט. הגם פּנחס איז לכתּחילה נישט געווען אַ כּהן, האָט אים דער אייבערשטער פֿאַר זײַן קנאָות געגעבן די כּהונה.

אַן אַנדער וויכטיקער פּערסאָנאַזש, וואָס ווערט שפּעטער באַטראַכט אין דער הײַנטיקער סדרה, איז יהושע בן נון. בײַם סוף פֿון די פֿערציק־יאָריקע וואַנדערונגען אין מידבר, האָט דער אייבערשטער געהייסן משה רבינו פֿאַר זײַן טויט אָנצושטעלן יהושע בן נון ווי דעם קומענדיקן מנהיג פֿונעם גאַנצן כּלל־ישׂראל.

פֿון דער הײַנטצײַטיקער פּערספּעקטיוו, זענען פּנחס און יהושע זייער צווייפֿלהאַפֿטיקע פּערסאָנאַזשן. אין הלכה איז פֿאַראַן אַ באַקאַנטע דעה, לויט וועלכער דער תּורה־איסור חתונה צו האָבן מיט אַ נישט־ייִדישער פֿרוי איז חל בלויז אויף די „שבֿע עממין‟, די זיבן אוראַלטע פֿעלקער פֿון ארץ־כּנען. כּזבי איז געווען פֿון בנות־מדין, אַן אַנדער פֿאָלק. אויב זמרי וואָלט מיט איר חתונה געהאַט, וואָלט עס לויט אַ גאַנצער ריי ראשונים און אַחרונים געווען בלויז אַן איסור מדרבנן. דווקא פֿון דער מעשׂה מיט פּנחסן לערנען מיר אָפּ, אַז אין אַ זעלטענער סיטואַציע קומט פֿאַר אַזאַ אינטימער באַציִונג אַ חיובֿ־מיתה. זמרי האָט פֿאַרבראַכט מיט דער מדינישער פּרינצעסין אָפֿענערהייט, פֿאַר די אויגן פֿון אַ גאַנצן מנין ייִדן, דערפֿאַר האָט פּנחס געהאַט דאָס רעכט זיי צו דערהרגענען בשעת־מעשׂה. ווען כּזבי וואָלט נישט געדינט עבֿודה־זרה, וואָלט פּנחס אויך נישט געטאָרט עס טאָן אַפֿילו אין אַזאַ אויסטערלישער סיטואַציע.

מע קאָן זאָגן, אַז פּנחס איז אַ גאַנצער „אַנטיפּאָד‟ פֿון קורח. קורח האָט געגלייבט, אַז ער מעג אויך דינען ווי אַ כּהן און האָט אָרגאַניזירט אַן אויפֿשטאַנד קעגן משה רבינו. אין אַ געוויסער מאָס, האָט ער געהאַט ריכטיקע משיחישע כּוונות, אָבער אויסגעמישט מיט גאווה. פּנחס האָט דווקא נישט געהאַט קיין ספּעציעלן פּלאַן. כּדי צו פֿאַרטיידיקן די תּורה האָט ער זיך באַנוצט מיט אַ שווערד, און צוליב דעם געוואָרן אַ כּהן. על־פּי קבלה ווערן די כּהנים אַסאָציִיִרט מיט דער מידת־חסד; הגם פּנחס האָט אָנגעווענדט אַ בלוטיקן מעטאָד פֿון זײַן מעשׂה־קנאָות, האָט ער דערמיט אַ פּנים געטאָן אַ גרויסן חסד דעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק.

פֿונדעסטוועגן, קלינגט די מעשׂה שרעקלעך פֿאַר אַ הײַנטצײַטיקן לייענער. מע מעג דרשענען וועגן דער סאָציאַלער סכּנה פֿון געמישטע חתונות, אָבער קיין רבֿ וועט נישט פּראָפּאַגאַנדירן די מעשׂה־קנאָות ווי אַ פּראַקטישן מעטאָד. הײַנט וועט אַ נאָרמאַלער מענטש נישט פֿאָרלייגן צו לייזן סאָציאַל־דעמאָגראַפֿישע פּראָבלעמען מיט אַ שווערד.

די מקובלים און חסידישע צדיקים דערקלערן די אינערלעכע דינאַמיק פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. זמרי איז געווען אַן עכטער תּלמיד־חכם. ער האָט געוווּסט, אַז כּזבי האָט אַ ייִדישע נשמה און געוואָלט אויף אַן אויסטערלישן ווילדן אופֿן ווײַזן די אַנדערע ייִדן, אַז צוליב זײַנע פּערזענלעכע השׂגות מעג ער זיך מיט איר מזווג זײַן בפֿרהסיא. פּנחס וואָלט עס געקאָנט פֿאַרשטיין און דן צו זײַן זמרי לכף־ּזכות. דווקא צוליב דעם, וואָס ער האָט אויסגענוצט אַן אומגעוויינטלעכן קנאָות־מעטאָד, האָט דער באַשעפֿער אויף אַ חידושדיקן אופֿן געביטן זײַן כּהונה־סטאַטוס.

אין דער הײַנטיקער סדרה ווערט ווײַטער אַנטוויקלט די טעמע פֿון אומגעריכטע חשבונות. עס טרעפֿן זיך צומאָל זעלטענע סיטואַציעס, ווען אַן אַגרעסיווער אַקט לשם־שמים ווערט אין די אויגן פֿונעם באַשעפֿע פֿאַררעכנט פֿאַר אַ גרויסן חסד.

יהושע בן נון איז אַן אַנדער פֿיגור, וואָס קאָן בײַ אַ מאָדערנעם לייענער אַרויסרופֿן אַ סך קשיות. אויב מע נעמט אָן דעם תּנ״כישן ספֿר־יהושע כּפּשוטו, שאַפֿט זיך אַ פֿינצטערער אײַנדרוק, אַז אונטער זײַן פֿירערשאַפֿט האָבן די ייִדן אויסגעהרגעט גאַנצע פֿעלקער אין ארץ־כּנען. געוויסע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע מפֿרשים טײַטשן אָפּ דעם ספֿר־יהושע שלא־כּשפּוטו. למשל, דער פֿרומער פּראָפֿעסאָר־היסטאָריקער לאָרענס שיפֿמאַן האָט באַמערקט, אַז אין די שפּעטערדיקע תּנ״כישע ספֿרים פֿיגורירן גאַנץ אָפֿט די זעלבע פֿעלקער, וועלכע יהושע האָט, כּלומרשט, אומגעבראַכט. אַ צאָל אַנדערע היסטאָריקער באַטראַכטן יהושע ווי אַ מין רעוואָלוציאָנער, וואָס האָט געקעמפֿט בלויז קעגן געוויסע רישעותדיקע שיכטן, וועלכע האָבן באַזעצט די פֿעסטונג־שטעט אין ארץ־כּנען און האָבן עקספּלואַטירט די פּשוטע באַפֿעלקערונג.

די חז״ל לייזן די דאָזיקע עטישע פּראָבלעם אויף אַן אַנדער אופֿן. פֿאַר יעדער מיליטערישער אַקציע, האָט יהושע פֿאָרגעלייגט די כּנענים זיך אָפּצוזאָגן פֿון עבֿודה־זרה, שלום צו מאַכן מיט די ייִדן אָדער צו אַנטלויפֿן. בלויז די, וואָס האָבן זיך פּרינציפּיעל אָפּגעזאָגט פֿון אַלע אַנדערע אָפּציעס, האָט מען אויסגעהרגעט. דערצו, איז עס געווען דער איינציקער יוצא־מן־הכּלל, וואָס איז חל נאָר אויף די אוראַלטע כּנענישע פֿעלקער, וועלכע זענען שוין לאַנג נישט בנימצא אין דער וועלט.

לויט דער ייִדישער מסורה, האָט יהושע אַליין חתונה געהאַט מיט רחבֿ, אַ געוועזענע כּנענישע זונה, וועלכע האָט זיך מגייר געווען. לויט אַן אַנדער דעה, איז זי געווען בלויז אַ באַרימטע וווּנדער־שיינע בעל־הביתטע פֿון אַ האָטעל, צו וועלכער יעדער מאַן האָט געחלומט זיך אָנצורירן, אָבער למעשׂה האָט זי קיינעם נישט געלאָזט. עס באַקומט זיך אַן אינטערעסאַנטע אינווערסיע פֿון דער מעשׂה מיט זמרי און פּנחס, וואָס ווײַזט קלאָר, אַז נישט אַלע כּנענים האָט יהושע בן נון אויסגעהרגעט מיט אַ שווערד.

אַזוי צי אַזוי, טרעפֿן מיר זיך ווידער אין אונדזער פּרשה מיט אַ פּערסאָנאַזש, וועלכער איז באַקאַנט אין דער ייִדישער טראַדיציע ווי אַ גרויסער נבֿיא און צדיק, אָבער זײַנע מיליטערישע מעשׂים ווערן באַטראַכט ווי אַן אוניקאַלער אויסנאַם, וואָס מע טאָר נישט נאָכמאַכן. וואָס שייך פּנחסן, שטייט אין די פּראַקטישע הלכה־ספֿרים געשריבן, אַז „אין מורין כּן‟. זײַן קנאָות־מעשׂה געהערט צו דער קאַטעגאָריע פֿון ריין־טעאָרעטישע הלכות.

מע קאָן זאָגן, אַז מיט די דערמאָנטע צוויי פּערסאָנאַזשן שליסט זיך אַ גאַנצער ציקל פֿון אומגעוויינטלעכע פּערזענלעכע חשבונות אינעם חומש „במדבר‟. פֿריִער האָבן מיר געלייענט וועגן קרח, דעם משיחישן אויפֿשטענדלער; די מיצווה פֿון „פּרה אדומה‟, וואָס אַפֿילו שלמה המלך האָט זי נישט געקאָנט פֿאַרשטיין על־פּי שׂכל. מיט אַ וואָך צוריק האָט די פּרשה געטראָגן דעם נאָמען פֿון בלק, אַ רשע און שׂונא־ישׂראל, וועלכער האָט פֿאָרט געוויזן אַ מוסטער פֿון מסירת־נפֿש. פּנחס און יהושע בן נון רעפּרעזענטירן אַן אַנדער מין פּאַראַדאָקסאַלע מענטשן: צדיקים, וועלכע האָבן געדינט דעם אייבערשטן מיט אַ שווערד.

די תּורה ווײַזט אונדז אין דער הײַנטיקער פּרשה אַן אינטערעסאַנטן לעבנס־פּאַראַדאָקס. זמריס „פֿרײַע ליבע‟ האָט דערוועקט אין הימל די מידת־הדין, אָבער פּנחסן האָט זיך מיט גוואַלד־מיטלען אײַנגעגעבן צו דערוועקן די געטלעכע מידת־הרחמים. ביידע פּערסאָנאַזשן האָבן דעמאָנסטרירט דעם דאָזיקן פּאַראַדאָקס אויף היפּוכדיקע עקסטרעמע אופֿנים.

The post Pinchas, this week’s Torah portion, is hard to stomach today appeared first on The Forward.

Continue Reading
Click to comment

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *

Uncategorized

Brooklyn’s new ‘lard bagel’ is not kosher. But it is delicious.

Bagels have long been a staple of the Jewish diet, even if they’re not exactly health food. But the latest addition to New York’s bagel scene achieves the impressive feat of inviting both your doctor and your rabbi’s scorn: the “lard bagel,” made with rendered pork fat.

The decidedly unkosher offering is on the menu at Caputo Bagels, which opened Monday in Brooklyn’s Park Slope neighborhood. The bagel shop is the successor to the once-popular Caputo Bakery in Carroll Gardens, which closed in April after five generations of operation.

The lard bagel. Photo by Hannah Feuer

At the now-shuttered Caputo Bakery, “lard bread” was a bestseller. Caputo Bagels seeks to recreate the lard bread experience, but in bagel form. Lard, salami, provolone cheese, salt and pepper are all folded into sourdough, hand-rolled, then boiled and baked at 425 degrees. The Italian-Jewish mash-up is the product of a partnership between James Caputo and Rafi Hasid, who also runs the Israeli restaurant Miriam next door.

Eager to try this bagel novelty, I stocked up on Lactaid pills and trekked to Park Slope early Friday morning. There, I met Caputo himself, who said the lard bread was a family recipe and an Italian-American specialty. Lard, he explained, was “a couple levels above adding butter to your bread.”

“A lot of people who went to the bakery are now rushing here to try the lard bagel,” Caputo said, adding that he did “feel bad” that kosher customers wouldn’t be able to eat the signature item.

I reassured Caputo that I did not keep kosher and was eager to taste the lard bagel myself.

But before digging in, I wanted to know what to expect. The first customer I spoke with had ordered an everything bagel, explaining that she hadn’t known the lard bagel “existed.” The second, visiting New York City from Spain, had opted for banana bread.

I asked her if she had considered ordering the lard bagel. “At this hour in the morning?” she asked.

I was starting to get worried. If nobody orders the lard bagel, does it make a sound?

Fortunately, I soon met Kristin Stoller, a local who used to frequent Caputo Bakery. She had ordered both a lard bagel and a plain one, with a side of scallion cream cheese, to bring home for herself and her boyfriend.

“He’s anxious about the lard bagel,” she told me, but she was hoping to convert him.

I asked if she would do a taste test. “Just like the bread!” she said after taking a bite. “This is perfection.”

Her enthusiasm seemed to be contagious. The first customer I’d spoken with came up to me, this time with a lard bagel in hand. I’d piqued her curiosity. “It’s a savory explosion,” she said.

Outside, I found a customer named Kendra Koch sitting on a bench with her dog, Pom Pom. She, too, had ordered the lard bagel, topped with olive cream cheese.

“It tastes like pizza,” she said as Pom Pom angled toward the bagel, seemingly longing for a bite.

Pom Pom makes a beeline for the lard bagel. Photo by Hannah Feuer

I summoned my courage and ordered one sans toppings, figuring it had enough going on flavor-wise to stand on its own. One bite revealed a cheesy, peppery richness. I wasn’t sure I tasted the lard, but I also wasn’t sure if I was supposed to. My official verdict: delicious.

It was just too bad that my kosher friends couldn’t try it. I’m holding out hope that the schmaltz bagel will catch on next.

The post Brooklyn’s new ‘lard bagel’ is not kosher. But it is delicious. appeared first on The Forward.

Continue Reading

Uncategorized

Yiddish Modernism and the political tumult in the 1930s

אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט דער זשורנאַל „אין זיך“ געדינט װי אַ טריבונע פֿאַר מאָדערניסטישע עקספּערימענטן אין דער אַמעריקאַנער ייִדיש־ליטעראַטור. צו די „אינזיכיסטן“ האָבן געהערט יעקבֿ גלאַטשטײן, אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס, ה. לײװיק, שלמה שװאַרץ, יהודה לײב טעלער און אַנדערע.

װי מען קען טרעפֿן פֿונעם זשורנאַלס נאָמען, זײַנען די דאָזיקע ליטעראַטן געװען פֿאַרטאָן אין שעפֿערישע חקירות אַרום דעם אײגענעם „זיך“. און טאַקע, אין די 1920 יאָרן האָט „אין זיך“ ניט געהאַט קײן אינטערעס צו די פּאָליטישע דאגות־היום.

אָבער דאָס האָט זיך געביטן נאָך 1934, װען גלאַטשטײן איז געװאָרן דער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל. דער דאָזיקער תּקופֿה איז געװידמעט דאָס נײַע בוך פֿון איתי זוטרא (אוניװערסיטעט פֿון מאַניטאָבאַ, קאַנאַדע) „אינזיכיזם: ייִדיש־דיכטונג און די ייִדישע אידענטיטעט אין אַמעריקע אין די 1930ער יאָרן“.

גלאַטשטײן האָט פֿאַרטײדיקט די שעפֿערישע אױטאָנאָמיע פֿונעם דיכטער קעגן די אַנגאַזשירטע קאָמוניסטישע קריטיקער װי אַלכּסנדר פּאָמעראַנץ, װאָס האָבן געפֿאָדערט, אַז ליטעראַטור זאָל דינען די אינטערעסן פֿון די פּראָלעטאַרישע מאַסן.

אַזױ איז גלאַטשטײנס אײגענע פּאָעטישע שאַפֿונג געװאָרן אַ מין פּאָליטישע פּאָזיציע. די דאָזיקע פּאָליטיק, האַלט זוטרא, האָט משפּיע געװען אויף זײַן ליטעראַרישן סטיל און דעם סטיל פֿון אַנדערע מחברים פֿון „אין זיך“.

גלאַטשטײן האָט געעפֿנט די זײַטן פֿון „אין זיך“ פֿאַר פּאָליטישע װיכּוחים. ער אַלײן איז אַרױס מיט אַ פֿאָרשלאָג צו שאַפֿן אַ פּאַרטײ, װאָס זאָל זײַן אי פּאָליטיש ראַדיקאַל אי ייִדישיסטיש, הגם קײן פּראַקטישע פּראָגראַם האָט ער ניט פֿאָרגעלײגט.

להיפּוך צו אַנדערע ראַדיקאַלע פּאַרטײען, קודם־כּל דער קאָמוניסטישער, איז דער הױפּטציל פֿון גלאַטשטײנס פּאַרטײ געװען צו פֿאַרטײדיקן ייִדישע נאַציאָנאַלע אינטערעסן. דאָס איז געװען ספּעציעל װיכטיק אין דער צײַט װען דער אַנטיסעמיטיזם האָט געהאַלטן אין אײן װאַקסן אין אײראָפּע.

גלאַטשטײן האָט פֿאַרבעטן ייִדישע ליטעראַטן אַרומצורעדן זײַן פּראָיעקט אױף די זײַטן פֿונעם זשורנאַל. לרובֿ זײַנען זײ ניט געװען אײַנשטימיק מיט גלאַטשטײן. דער עיקר זײַנען זײ געװען קעגן דער אידײ, אַז די אינטעלעקטואַלן דאַרפֿן װערן פּאָליטישע אָנפֿירער פֿון די מאַסן.

חוץ דעם, װי עס האָט באַמערקט חיים זשיטלאָװסקי, זײַנען שױן דאָ געװען גענוג פּאָליטישע פּאַרטײען אין װעלכע ייִדן האָבן זיך אַקטיװ באַטײליקט. צו שאַפֿן נאָך אַ פּאַרטײ װאָלט ניט געהאָלפֿן צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ פֿון ייִדן.

דער אינזיכיזם, האַלט זוטרא, איז בטבֿע געװען עקלעקטיש סײַ פּאָעטיש און סײַ פּאָליטיש. מען האָט ניט געהאַלטן פֿון טראַדיציאָנעלע זשאַנערס און סטילן.  אָפֿט מאָל האָט מען עקספּערימענטירט מיט מישן פּראָזע און פֿערזן.

אין די 1930ער יאָרן האָבן די ליטעראַרישע עקספּערימענטן באַקומען אַ פּאָליטישן אַקצענט. סײַ אין דער קונסט און סײַ אין דער פּאָליטיק האָבן די אינזיכיסטן געזוכט אַן ענטפֿער אױף דער עיקר־פֿראַגע: װאָס איז דער עצם פֿונעם ייִדישן „זיך“ אין אַמעריקע אין דער מאָדערנער תּקופֿה?

דער אינזיכיזם איז געװאָרן אַ נײַער מין ייִדישיזם: אַ קולטורעלע און פּאָליטישע אידעאָלאָגיע, װאָסער ציל איז געװען צו פֿאַראײניקן פֿאַרשײדענע פּאָליטישע שטרעמונגען אױפֿן סמך פֿון דער ייִדישער שפּראַך און דער מאָדערנער װעלטלעכער ייִדיש־קולטור.

גלאַטשטײן האָט געגלױבט, אַז װערטער דאַרפֿן טראָגן דעם װירקלעכן אמת, בפֿרט אין די צײַטן, װען כּלערלײ טאָטאַליטאַרישע רעזשימען האָבן פֿאַרשפּרײט ליגנס פֿאַר די צװעקן פֿון זײער מערדערישער פּראָפּאַגאַנדע.

אינעם בוך לידער „ייִדישטײַטשן“, װאָס איז אַרױס אין װאַרשע אין 1937, האָט גלאַטשטײן געפּרוּװט דערגרײכן די טיפֿסטע פֿאָנעטישע און לעקסישע װאָרצלען פֿון דער ייִדישער שפּראַך.

אין די  שורות „אַלטער בױם, פֿעלדז און שטאַם / כ׳קום צו דיר מיט ברױט און גראַם“ דריקט גלאַטשטײן אױס זײַן פּאָזיציע לגבי דער ייִדישער קולטור־ירושה. ער קומט מיט זײַן אַמעריקאַנער „ברױט און גראַם“ צו דעם „אַלטן בױם“ פֿון ייִדיש כּדי צו שעפּן שפּראַכלעסע יניקה פֿאַר זײַן פּאָעזיע.

 זוטרא אַנטפּלעקט אין „ייִדישטײַטשן“ סאַטירישע אונטערטענער, װאָס מאַכן חוזק  סײַ פֿון די פֿאַשיסטן און קאָמוניסטן און סײַ פֿון די אַמעריקאַנער אַסימילאַטאָרן.

די צװײטע צענטראַלע פֿיגור אינעם אינזיכיזם איז געװען דער דיכטער, קריטיקער און זשורנאַליסט אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס. אין 1937, אײנצײַטיק מיט גלאַטשײטנס „ייִדישטײַטשן“, איז אַרױס גלאַנץ־לעיעלעס בוך לידער „פֿאַביוס לינד“.

אין הסכּם מיט די עסטעטישע פּרינציפּן פֿונעם אינזיכיזם איז דאָס דאָזיקע בוך אַ מישמאַש פֿון סטילן, זשאַנערס און שטאַנדפּונקטן, װאָס זײַנען פֿאַרקניפּט דורך דער פֿיגור פֿונעם הױפּטהעלד. דאָס איז אַ פּאָעטישער סך־הכּל פֿונעם איניזכיסטישן פּעריאָד אין לעיעלעסעס שאַפֿונג, האַלט זוטרא.

„פֿאַביוס לינד“ האָט באַקומען התלהבֿותדיקע אָפּרופֿן מצד די קריטיקער. גלאַטשטײן האָט געהאַלטן דאָס בוך פֿאַר דער „ערשטער גרױסשװוּנגיקער און גרױסשטאָטישער פּאָעמע אין דער ייִדישער פּאָעזיע“, און ה. לײװיק האָט עס געלױבט פֿאַר זײַן „אָרגאַנישער גאַנצקײט“.

די פֿיגור פֿון פֿאַביוס לינד איז ניט קײן אױטאָביאָגראַפֿישע. זוטרא מאַכט אַ פּרוּװ צו אַנטפּלעקן די פֿאַרפּלאָנטערטע באַציִונגען צװישן דעם מחבר אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס, זײַן פּאָעטישער פּערזאָן אַ. לעיעלעס, און זײַן אױסגעטראַכטן „אַלטער עגאָ“ — פֿאַביוס לינד.

לינד פֿיגורירט אינעם בוך װי אַ צעשפּאָלטענע פּערזענלעכקײט: „פֿאַביוס לינד פֿיל לעבנס פֿירט ער“. ער איז סײַ אַ פּראָדוקט און סײַ אַ קרבן פֿון זײַן תּקופֿה.

לינד האָט ספֿקות װעגן כּלערלײ פּראָיעקטן צו לײזן די „ייִדישע פֿראַגע“, אינעם סאָװעטישן ביראָבידזשאַן אָדער אינעם העברעיִש־רעדנדיקן ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל.

חוץ לידער האָט גלאַנץ געשריבן פּאָליטישע קאָמענטאַרן אין דער ליבעראַלער צײַטונג „דער טאָג“. להיפּוך צו גלאַטשטײן האָט ער ניט פֿאַרטראַכט קײן אײגענע פּאָליטישע פּראָיעקטן. זײַן פּאָליטישער שטאַנד איז געװען אין הסכּם מיטן פּראָגרעסיװן הױפּטשטראָם פֿון פֿראַנקלין רוזװעלטס „ניו דיל“.

דער לעצטער נומער פֿון „אין זיך“ איז אַרױס אין 1940, װען אײראָפּע איז שױן געשטאַנען אױפֿן שװעל פֿונעם חורבן. דער קאָנפֿליקט צװישן אַלװעלטלעכקײט און ייִדישקײט, װאָס איז געװען די צענטראַלע טעמע פֿון די אינזיכיסטישע חקירות, איז געלײזט געװאָרן לטובֿת ייִדישקײט.

גלאַטשטײן האָט פּראָקלאַמירט: „אַ גוטע נאַכט, ברײטע װעלט. […] אױף מײַן אײגענעם געבאָט גיי איך צוריק אין געטאָ“. דאָס איז געװען דער סוף פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם, פֿאַרסך־הכּלט זוטרא.

די פּאָעטישע קולטור־ירושה פֿון די אינזיכיסטן איז פֿאָרגעשטעלט געװאָרן פֿאַרן ענגליש־שפּראַכיקן עולם אין דער פּרעכטיקער צװײ־שפּראַכיקער אַנטאָלאָגיע „אַמעריקאַנער ייִדישע פּאָעזיע“, װאָס איז אַרױס אין 1986 אונטער דער רעדאַקציע פֿון בנימין און באַרבאַראַ האַרשאַװ.

אין דער הקדמה האָט בנימין האַרשאַװ פּרטימדיק אַנאַליזירט די פֿאָרמעלע און סטיליסטישע חידושים, װאָס די אינזיכיסטן האָבן אַרײַנגעבראַכט אין דער ייִדישער פּאָעזיע אין די 1920ער יאָרן, אָבער ער האָט קױם באַרירט זײער פּאָליטיק.

זוטראס בוך באַטראַכט די אינזיכיסטישע שעפֿערישקײט אונטער אַן אַנדערן קוקװינקל. אין די 1930ער יאָרן זײַנען פּאָליטיק און פּאָעזיע געװאָרן נאָענט צונויפֿגעפֿלאָכטן אין די װערק פֿונעם לעצטן דור אַמעריקאַנער ייִדישעמאָדערניסטן.

The post Yiddish Modernism and the political tumult in the 1930s appeared first on The Forward.

Continue Reading

Uncategorized

I never saw myself in Barbie. Would ‘Hanukkah Barbie’ have changed that?

I wasn’t really a Barbie kid. While I occasionally played with my sister’s hand-me-down Barbies, I preferred American Girl dolls. They were Barbie’s chunkier, cherubic counterparts, each representing a girl from a different period in history and accompanied by a series of historical-fiction books about her life. I devoured those books, including the story of Rebecca Rubin, a 9-year-old Russian-Jewish immigrant living on the Lower East Side in the early 1900s.

So when Mattel released its first Hanukkah Barbie last week — officially marketed as the “Barbie Holiday Sweater Doll” — I wondered whether she would have appealed to me when I was growing up. Would her Jewishness have made her feel more relatable than that blonde-haired, blue-eyed, impossibly proportioned bombshell?

As it turns out, I wasn’t the only one thinking about what it means for Barbie to look Jewish. Shortly after her release, Hanukkah Barbie set off a spirited debate over her appearance. Her nose seemed slightly more prominent than the default Barbie button nose, raising questions about whether Hanukkah Barbie’s face reinforced Jewish stereotypes, or if her distinctive nose reflected a good-faith effort to give the doll recognizably Jewish features.

It was at least clear that Mattel did its homework about the Festival of Lights. The hanukkiah on Barbie’s sweater has the correct number of candleholders, and the dreidels bear accurate Hebrew lettering — which is more than can be said about a lot of Hanukkah merchandise. If sales are any indication, Hanukkah Barbie is resonating. The doll, which originally retailed for about $30, is sold out, with third-party sellers now asking for as much as $345.

There have previously been Barbies modeled after Jewish celebrities, including Olympic gymnast Aly Raisman, Israeli Olympic surfer Anat Lelior and fashion designer Diane von Furstenberg. But Hanukkah Barbie is the first Barbie whose identity is simply Jewish — which means she will have the impossible task of representing Jews of all kinds. Sephardic and Ashkenazi Jews, religious and secular Jews all have to somehow find themselves in the same doll.

Complicating matters, the original blonde Barbie has arguably been Jewish all along. Ruth Handler, the daughter of Polish-Jewish immigrants, invented Barbie in 1959, naming “Barbie” after her daughter, Barbara, and “Ken” after her son, Kenneth. “Barbie is a matrilineal Jew? Love it!” one Reddit user joked last month.

But Barbie was always a little too Aryan-coded to feel Jewish to me. Her origins go back to the postwar German ideal of blonde, white femininity. Handler drew inspiration for Barbie’s look from a German toy named Bild Lilli, marketed toward men as a gag gift and sold in bars and tobacco shops. That doll, in turn, was based on the comic-strip character Lilli, characterized by Barbie’s unofficial biographer M.G. Lord as “a golddigger, exhibitionist, and floozy” who worked as a secretary while looking for a wealthy husband. Bild Lilli was manufactured by O.M. Hausser, a toy company that had produced Adolf Hitler figurines during the 1930s.

No wonder stereotypically Ashkenazi-looking Jews like me, not to mention everyone else who also didn’t fit the Barbie mold, felt left out of Barbie-land. (Which is literally everyone, given that scaled up to human size, a traditional Barbie doll’s proportions would make her unable to survive; there’d be no room for her organs in her tiny waist, and she’d have no choice other than to walk on all fours.)

Over the years, Barbie has become far more inclusive. After the debut of the “Colored Francie” doll in 1967, Barbie expanded to include dolls of different races, body types and abilities, including dolls with prosthetic limbs and wheelchairs and, in 2016, the long-awaited introduction of “curvy,” “petite” and “tall” Barbies. Mattel introduced career-themed dolls in the 1960s, evolving from fashion designer, nurse, and flight attendant to a presidential candidate Barbie in 1992.

The American Girl doll, which Mattel acquired in 1998, was part of a similar response to the limitations of the traditional fashion doll. Created by teacher Pleasant Rowland in 1986, American Girl was designed to help girls see themselves in their dolls while making history feel personal and engaging.

The author with her American Girl dolls, one a look-a-like, the other not so much. Courtesy of Hannah Feuer

Of course, little kids aren’t thinking so much about the sociological implications of their toy choices. For my part, my mom bought me an American Girl look-alike doll with my brunette hair and choppy bangs, hoping that seeing myself reflected in a doll would help build my self-esteem. But I also gravitated toward a blonde-haired, blue-eyed American Girl doll that looked more Barbie-esque, which I begged my mom to buy.

Looking back, I wonder how much of the Barbie beauty standard I had subconsciously absorbed, even with an array of representative dolls at my disposal. Hanukkah Barbie may more closely resemble women like me. But changing the default cultural image of Barbie will take more than a doll with a light-up Hanukkah sweater.

The post I never saw myself in Barbie. Would ‘Hanukkah Barbie’ have changed that? appeared first on The Forward.

Continue Reading

Copyright © 2017 - 2023 Jewish Post & News