Uncategorized
Words of rescue: Yermiyahu Ahron Taub’s new book of poetry
עס זײַנען דאָ פּאָעטן װאָס זײַנען נבֿיאים, ווי למשל משה קולבאַק און חיים־נחמן ביאַליק. פֿאַראַן פּאָעטן פֿילאָסאָפֿן, װי עמילי דיקינסאָן אָדער אַהרן צײטלין. און טײל פּאָעטן זײַנען קינסטלער פֿון אימזאַש, װי רחל פֿישמאַן. זעלטן װען אָבער זעט מען אַ פּאָעט, װאָס איז מסוגל דורך זײַנע לידער צו באַלעבן אָדער באַװױנען עטלעכע פּערזענלעכקײטן, פּאַרשױנען, און דערבײַ אױפֿצובױען אַ גאַלעריע פֿון פֿאַרשײדענע מענטשן־טיפּן.
דער פּאָעט איז אָפֿט מאָל אַ שרײַבער פֿון ליריק, דאָס הײסט, פֿערזן װאָס װערן אַרױסגעזאָגט פֿון אַ געװיסן „איך“ װען לידער זײַנען אינטערעסאַנט, װיל מען הערן אַלץ מער פֿונעם „איך“. נאָר אַ פּאָעט װאָס קען באַשילדערן פֿאַרשײדענע פֿיגורן טוט אױף עפּעס ברײטערס.
אין זײַן נײַסטן ביכל פּאָעזיע, „עלות־הלילה אױפֿן בױדעם,“ שטעלט ירמיהו אַהרן טאַוב פֿאָר סײַ קאָמפּאָזיציעס פֿון לירישן „איך“, אַ נאַראַטאָר װאָס איז אין געװיסע אַספּעקטן ענלעך צו טאַובן אַלײן, סײַ דיכטונגען פֿון אַנדערע װעלטן, גאַסן און געגנטן. דאָס אַלץ טוט ער אין פֿאַרשײדענע זשאַנערס (לידער, פּראָזע־מיניאַטורן) און פֿאַרשײדענע שפּראַכן: נישט נאָר ענגליש מיט ייִדיש, נאָר אױך (אין אײן פֿאַל) ענגליש צוזאַמענגעפֿלאָכט מיט לשן־קודש.
לײענערס װאָס זײַנען שױן באַקאַנט מיט טאַובס װערק װעלן דאָ דערקענען פֿריִערדיקע מאָטיװן, װאָס זײַנען עיִקר־טעמעס פֿאַרן דאָזיקן מחבר. ער איז דער מײַסער־פּאָרטרעטיסט פֿון סעקסועלע דערװאַכונג, אַנטױשטן באַגער (סײַ רעליגיעזער, סײַ קערפּעלערכער), ריסן צװישן דורות, פֿאַרװעלקטער פֿרומקײט. נאָר זיכער האָט מען שױן אין אַנדערע קאָנטעקטן באַרירט די פֿאַרבינדונגען צװישן „קװירשאַפֿט“, אָפּגעפֿאָרנקײט פֿון פֿרומען דרך, און ייִדיש, װי טעמעס פֿון פּאָעזיע און ליטעראַטור בכלל. די דאָזיקע צװישנשײדן זײַנען גאָר װיכטיק פֿאַר טאַובס שאַפֿונגען.
באַזונדערש רירנדיק דאָ זײַנען די בילדער פֿון משפּחה־רײַבונגען, פֿון באַגעגענישן װאָס ברענגען נישט צו קײן עמאָציאָנעלע פֿאַרשטענדיקונגען.
אין אײנעם אַ ליד טרעפֿן מיר דעם נאַראַטאָרס פֿאָטער, אַ פֿרומען ייִד, װאָס סע װילט זיך אים גאָר שטאַרק לערנען זײַן קינד װי אַזױ צו װאַרפֿן אַ בײסבאָל. צום באַדױערן, טױג דאָס קינד צו דעם אַזױ פֿיל װי ער טױג צו לערנען — דאָס הײסט, גאַנץ שװאַך.
די זעלבע פֿיגור, דער פֿרומער פֿאָטער װאָס איז נישט צופֿרידן מיט זײַן אָפּגעפֿאָרענעם קינד, באַװײַזט זיך אין נאָך עטלעכע לידער אין באַנד, אַלע מאָל אין הינטערגרונד, בעטנדיק נאָך אַ קדיש, נאָך אַ בלאַט גמרא, כאָטש אַ מנחה, און אַלע מאָל דעם שטױס נאָך פּרו־ורבֿו. דער נאַראַטאָר, װידער, פֿאַרצײכנט זײַנע פֿאָטערס באַגערן. זײַנע אײגענע באַגערן ליגן אָבער ערגעץ אַנדערש.
טאַוב פֿאַרברײטערט אָפֿט זײַן קוק צו באַקענען אונדז מיט אַנדערע פּאַרשױנען: פֿרױען אין פֿאַרשלאָפֿענע שטעטלעך, ערשטמאָליקע „גײ“־ליבע־באַגעגענישן, אױסשטאַרבנדיקע מנינים. אױך חיות באַלעבט ער אין זײַנע פֿערזן:
די װילדע קאַץ װאָס האָסט געראַטעװעט פֿונעם הינטערגעסל
קאָרטשעט זיך, אומרויִק אונטערן גלעט פֿון דײַן האַנט,
ניט אין שטאַנד אױסצוהאַלטן, ניט אין שטאַנד זיך אַװעקצודרײען פֿון אַזאַ הנאָה.“
אַ באַמערקונג װעגן שפּראַך: װי אין זײַנע פֿריִערדיקע ביכלעך, װערן דאָ אַרײַנגענומען לידער אױף ענגליש און אױף ייִדיש. די ייִדיש־נוסחאות זײַנען אַלע מאָל באַגלײגט מיט פּאַראַלעלע ענגלישע װערסיעס. (איך דערלױב זיך דאָ אַ פּאָר אײדעלע טענות װעגן די גרײַזן װאָס זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין די ייִדישע טעקסטן, און דאָס, װאָס טײל פֿון די ייִדיש־װערסיעס װערן געדרוקט אין קלענערע אותיות פֿון די ענגלישע.)
מע װאָלט דאָ געקענט זיך אַרײַנלאָזן אין אַ לענגערער דיסקוסיע װעגן די באַציִונגען פֿון די דאָזיקע װערסיעס. זײ זײַנען איבערזעצונגען אײנס פֿון אַנדערן, נאָר אױך אינטערפּרעטאַציעס. די ייִדישע לידער זײַנען (װאָדען?) מער אַדורכגעדרונגען מיט דער דראַמע װאָס באַגלײגט דאָס גאַנץ ביכל: די רײַבונגען צװישן דעם טראַדיציאָנעלן לעבן־שטײגער, פֿול מיטן שטרענגען דין, און דער בענקשאַפֿט פֿון דעם נאַראַטאָר, אַן אָפּגעפֿאָרענער װאָס װיל זיכער נישט זיך אומקערן, און פֿאָרט בענקט זיך אַהין. אינעם ליד „מילך־און־האָניקדיקע לבֿנה־האַרבסטונג“ לײענט זיך אַ ביסל טרוקן די ענגלישע שורה And, in that way, the Day of Rest lived up to its name
בשעת דאָס ייִדישע „און אַזױ טאַקע האָט דער יום־מנוחה אונדז נישט אַנטױשט“ גיט איבער אױף אַ קלאָרן אױפֿן װעגן װאָסער מין רו גײט דאָ די רײד.
איך האָב דאָ באַװיזן איבערצוגעבן נאָר אױפֿן שפּיץ מעסער די טעמאַטיק פֿון די דאָזיקע לידער. כאָטש טאַוב, בדרך־כּלל, גיט די בכורה עמאָציעס און געפֿילן, נישט קאָנסטאַטירונגען און אידעאָלאָגיעס, איז דאָס ביכל נישט קיין אומפּאָליטישע. פֿאַרקערט, די (ענגלישע) לידער „דער אָפּרו פֿון אַקטיװיסט“ און „פּערמאַנענטער אײַנװױנער, אָן קײן גרינעם קאַרטל“ גיבן איבער אױף אַ האַרץ־רײַסנדיקן אופֿן, װי זײערע טיטלען זאָגן אָן, די אָנשטרענגען און קאָמפּראָמיסן פֿון הײַנטיקן פּאָליטישן מאָמענט.
לױט מײַן מיינונג ווערט דאָס ביכל אָרגאַניזירט מיטן דראַמאַטישן בױגן פֿון אַ מענטשלעכן לעבן, פֿון ענגלישן ליד „דאָס ליכט בײַם אָנהײב טונעל“, אין אָנהײב, ביזן לעצטן ליד „צום סוף“, װאָס װענדט זיך צום לײענער אַזױ:
װען איך גײ אַװעק,
רײַס ניט די קלײדער,
און טראָג ניט קײן שװאַרץ,
באַהאַלט ניט דעם שפּיגל….
זײַ נישט קײן אָבֿל אין גאַנצן.
„װען איך גײ אַװעק,“ זאָגט דער נאַראַטאָר, „מאַך פֿאַר זיך אַ שׂימחה.“
נאָכן געזעגענען זיך מיטן דאָזיקן ביכל, װינטשט מען דעם מחבר נאָך לאַנגע יאָרן פֿון דער שׂימחה פֿון שאַפֿן נאָך טיף־גרײכנדיקע און פֿילעװדיקע מעדיטאַציעס װעגן לעבן און טױט, פֿרומקײט און װעלטלעכקײט, סעקס און ליבשאַפֿט, „קװיר“־ און העטעראָ־אידענטיטעט.
אין „געבעט“, דאָס סאַמע ערשטע ליד, װענדט זיך דער פֿאָטער צום נאַראַטאָר: „דער טאַטע רופֿט מיך צו היטן שבת“, צו דאַװנען, צו לערנען, זאַכן װאָס דער נאַראַטאָר װיל נישט, איז נישט מסוגל צו טאָן. קומט דער פּאָעט צום אױספֿיר אַז „נאָר די װערטער קענען מיך ראַטעװען.“
אַ בעסערע װעלטלעכע תּפֿילה קען נישט זײַן. הלװאַי אױף אונדז אַלעמען געזאָגט געוואָרן.
The post Words of rescue: Yermiyahu Ahron Taub’s new book of poetry appeared first on The Forward.
Uncategorized
Jewish languages meet in Birobidzhan
אויף אַן אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל לעצטנס אין ביראָבידזשאַן האָט מיך, ווי אַ ייִדישיסט, באַזונדערס פֿאַרחידושט די אינערלעכע ייִדישע פֿיל־שפּראַכיקייט.
דער „אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור און קונסט“ איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 6טן ביזן 9טן סעפּטעמבער.
מיט איינעם פֿון די געסט, הרבֿ עובֿדיה איסאַקאָוו, האָב איך לאַנג געשמועסט וועגן זײַן אייגענער ייִדישער שפּראַך — דזשוהורי, אַ שפּראַך ענלעך אויף פּערסיש. מיט אַנדערע געסט, דרײַ טוניסער ייִדן, וואָס וווינען אין ישׂראל, האָבן מיר גערעדט וועגן זייער מאַמע־לשון, אַ ייִדישן מין אַראַביש. דערצו האָט אַ זינגער און כּלל־טוער, אליעזר (איגאָר) דאַבאַקאַראָו, מיר געזאָגט אַז ער איז אויפֿגעוואַקסן אין סאַמאַרקאַנד, אוזבעקיסטאַן, רעדנדיק אויף בוכאָרי — פּערסיש מיט אַ ייִדישן טעם.
אויף עטלעכע אונטערנעמונגען האָט מען אויך געזונגען לידער אויף העברעיִש. בעת דער שבתדיקער סעודה (כ׳בין אָנגעקומען מיט עטלעכע אַנדערע געסט פֿון פֿריִער, ערבֿ־שבת) האָבן מיר אַרומגערעדט די קשיא, צי איז לשון־קודש אָדער דער מאָדערנער העברעיִש באמת אַ ייִדישע שפּראַך? דער ביראָבידזשאַנער הויפּט־רבֿ אפֿרים קאָלפּאַק, אַ ליובאַוויטשער חסיד, האַלט, אַז נישט. לשון־קודש איז, לויט אים, די געטלעכע שפּראַך, דורך וועלכן דער רבונו־של־עולם האָט באַשאַפֿן די וועלט איידער דער ערשטער ייִד, אַבֿרהם אָבֿינו, איז געבוירן געוואָרן. אַזוי איז די מעשׂה לויט דער ייִדישער מסורה.
די עכטע ייִדישע שפּראַך, אויף וועלכער ייִדן האָבן גערעדט טאָג און נאַכט במשך פֿון דור צו דור, די שפּראַך פֿון די גרעסטע צדיקים און קדושים, איז דווקא ייִדיש. איך בין מסכּים דערמיט, נאָר, פֿאַרשטייט זיך, אַ סך מענטשן האַלטן אַנדערש.
דער ערשטער פֿעסטיוואַל פֿון דעם מין איז אָרגאַניזירט געוואָרן נאָך אין דער סאָוועטישער תּקופֿה, אין 1989; דערנאָך, מיט איבעררײַסן — יעדע צוויי יאָר. דער 13טער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור און קונסט איז פֿאָרגעקומען אין 2017. זינט דעמאָלט און ביז איצט האָט מען אים, צוליב פֿאַרשיידענע שוועריקייטן, נישט געקאָנט אָרגאַניזירן.
להיפּוך, האָט די איצטיקע אונטערנעמונג געשטעלט דעם טראָפּ אויף ייִדן אַרום דער וועלט בכלל, אויף פֿאַרשיידענע ייִדישע עדות, לאַוו־דווקא ייִדיש־רעדנדיקע אַשכּנזים. די אויסלענדישע געסט זענען געקומען פֿון ווײַסרוסלאַנד, מדינת־ישׂראל און כינע. ווי געזאָגט, זענען דרײַ פֿון די ישׂראלדיקע באַטייליקטע געבוירן געוואָרן אין טוניס. דערפֿאַר קאָן מען זאָגן, אַז צפֿון־אַפֿריקע איז אויך געווען פֿאָרגעשטעלט.
בסך־הכּל האָט מען דורכגעפֿירט 160 אונטערנעמונגען, על־פּי רובֿ גאַנץ קליינע, און עטלעכע גרויס־מאַסשטאַביקע. צוליב דעם גוטן וואַרעמען וועטער, איז דער אומזיסטער שלוס־קאָנצערט, וווּ ס׳איז אַרויסגעטראָטן דער באַקאַנטער מאָסקווער כאָר בראָש מיט מיכאַיִל טורעצקי, פֿאָרגעקומען אין דרויסן, אויף אַ פּלאַץ לעבן דעם ברעג פֿונעם טײַך ביראַ.
אומגעוויינטלעך איז געווען דאָס פֿאַרזוכן די גרעסטע חלה אין דער וועלט — איבער 12 מעטער (40 פֿוס) די לענג — וואָס די אָרטיקע קולינאַרן האָבן קונציק אויסגעבאַקן אונטער דער השגחה פֿון הרבֿ קאָלפּאַק. צווישן קליינע און פּשוטע אונטערנעמונגען איז געווען אַ וואַרשטאַט ווי צו שרײַבן די ייִדישע אותיות. די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, יעלענע סאַראַשעווסקאַיאַ, האָט מיך געבעטן איר מיטצוהעלפֿן. זי האָט צוגעטראַכט אַ ספּעציעלן פּלאַסטיק־טראַפֿאַרעט (שטענצל־אותיות) מיטן ייִדיש אַלף־בית, טאַקע לויט די ייִוואָ־תּקנות: מיט אַ קמף אונטערן אַלף, צוויי יודן מיט אַ פּתח אאַז״וו), וואָס דערמעגלעכט אָפּצוצייכענען יעדן אות אויף אַ גרינגן אופֿן. זענען מיר געזעסן אין דרויסן מיט אַ טישל און געוויזן יעדן נײַגעריקן פֿאַרבײַגייער, ווי אַזוי עס שרײַבן זיך אויף ייִדיש זייערע נעמען צי אַנדערע פֿראַזעס.
די אַטמאָספֿער איז געווען אַ לוסטיקע און אומפֿאָרמעלע. עטלעכע געסט האָט פֿאַרחידושט די אַלטע סאָוועטישע אַוואַנגאַרד־אַרכיטעקטור, וועלכער ס׳איז טאַקע געווידמעט אַ נײַ בוך, וואָס מע האָט אויך פּרעזענטירט אויפֿן פֿעסטיוואַל. אין דער זעלבער צײַט, איז אין דער שטאָט פֿאָרגעקומען אַ באַשיידענע פּאַראַלעלע אונטערנעמונג: דער פֿעסיטיוואַל פֿון ייִדישע באָבעס — מיט אויסשטעלונגען, פֿאַרמעסטן, קאָנצערטן, אַ יריד פֿון היימגעמאַכטע קליידער און אַנדערע חפֿצים.
וואָס שייך דער שפּראַך בוכאָרי, באַטראַכטן אַ סך בוכאַרישע ייִדן אין קווינס דאָס לשון ווי אַ באַזונדערע שפּראַך. במשך פֿון אַ סך יאָרן האָט מיטן פֿאָרווערטס מיטגעאַרבעט דער בוכאַרישער פֿאָטאָגראַף אַרקאַדי יאַגודאַיעוו, מיט וועלכן איך פֿלעג שמועסן וועגן זײַן מאַמע־לשון. בעצם איז זי סתּם פּערסיש, אָבער מיט אַ צאָל ספּעציפֿיש ייִדישע עלעמענטן.
אַן אַנדער מעשׂה איז דזשוהורי — די שפּראַך פֿון די קאַווקאַזישע באַרג־ייִדן, וואָס האָט אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס אין דאַגעסטאַן, איינער פֿון די רוסלענדישע דרומדיקער ראַיאָנען. אָפֿיציעל הייסט ער טאַטיש, ווײַל לויט דער סאָוועטישער טערמינאָלאָגיע איז ער ענלעך אויפֿן מוסולמענישן לשון טאַטיש. דער חילוק צווישן דזשוהורי (וואָס מיינט „ייִדיש‟) און טאַטיש איז אָבער ממשותדיק, הגם נישט אַזוי גרויס, ווי צווישן ייִדיש און דײַטשיש. דאָס איז טאַקע אַ באַזונדער לשון מיט אַן אייגענער ליטעראַטור.
אין דער שטאָט דערבענט, פֿון וואַנען עס איז אָנגעקומען קיין ביראָבידזשאַן הרבֿ עובֿדיה איסאַקאָוו, גייט אַרויס די צוויי־שפּראַכיקע דזשהורי־רוסישע צײַטונג „וואַטאַן‟ („היימלאַנד‟). איסאַקאַוו איז אויך אַ שוחט, אַ מוהל און אַ באַגאַבטער מאָלער. אַן אויסשטעלונג פֿון זײַנע ווערק איז געווען א טייל פֿונעם פֿעסיטיוואַל. נאָך איין קאַווקאַזישער ייִד, אַלבערט ראַפֿיִעוו, האָט פֿאָרגעשטעלט זײַנע פּרעכטיקע מיזרחדיקע טעפּעכער מיט אַ ייִדישן טעם.
די אינערלעכע ייִדישע פֿאַרשיידנאַרטיקייט איז געווען, לויט מײַן מיינונג, דער וויכטיקסטער מאָמענט פֿון דער אונטערנעמונג. עטלעכע זאַכן וואָס ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען איז, אַז אין רוסלאַנד זענען פֿאַראַן צוויי אָפֿיציעל אָנערקענטע ייִדישע לשונות — ייִדיש און באַרג־ייִדיש (דזשוהורי); אַז אַ סך ספֿרדים רעדן נאָך אַלץ אויף לאַדינאָ אָדער ייִדיש־אַראַבישע דיאַלעקטן, און אַז בײַ די בוכאַרישע ייִדן איז פֿאַראַן אויך אַן אייגענער דיאַלעקט און אַ באַזונדערע קולטור.
בקיצור, ייִדן שטעלן מיט זיך פֿאָר נישט עפּעס אַ מאָנאָטאָנע מאַסע, נאָר אַ בונטן „מערבֿ־מיזרחדיקן‟ טעפּעך פֿון פֿאַרשיידענע עדות מיט זייערע אוניקאַלע לשונות און טראַדיציעס.
The post Jewish languages meet in Birobidzhan appeared first on The Forward.
Uncategorized
The Yeshiva issue that won’t go away
A backroom deal to gut oversight of private schools – specifically to bail out yeshivas that fail to teach basic subjects, condemning tens of thousands of Hasidic students to illiteracy and choking off the chance to participate in broader society – is coming back to haunt its architects. New York’s Governor and the Legislature likely assumed they secured a political win that would quickly fade from public attention.
They were wrong.
The state was forced to justify its actions before a judge in a pair of hearings in April as part of a lawsuit challenging the rollback that was filed last September. As a longtime attorney, I can tell you that the language of small-minded politics translates poorly to the courtroom. The state’s lawyers were forced to advance arguments that legitimize educational denial and forced insularity. And in doing so, they mar our state’s tradition of protecting individual rights.
Renowned education attorney Michael Rebell was leading the suit on behalf of Hasidic and Haredi students who have been harmed by the dismantling of standards. The plaintiffs argue that the state abandoned its obligation to ensure all children receive a “sound basic education,” a constitutional floor for schooling recognized by the Court of Appeals.
To justify the evisceration of standards, the state claims our guarantee of a sound basic education does not apply to students of nonpublic schools. It strikes at the foundation of New York’s educational system, which was codified in the State Constitution’s Education Article through a Constitutional Convention more than 130 years ago.
The Article’s framers made their intention clear: to ensure all children are prepared for engagement in civic life, whether they attended a public or nonpublic school. As one delegate of the Convention avowed, “there can be found no man in this Convention who will say that there are children of the State that ought not to be educated.”
The principle is simple: While parents may choose religious or private education, the state still bears responsibility for ensuring all children receive the basic tools necessary to function as citizens. But to defend last year’s rollback, state lawyers argued that parents are “free to opt out” of public schools, even if the alternative schools deny students the tools to understand the world around them. The state’s position, taken to its logical conclusion, permits nonpublic schools to teach children anything, or nothing at all.
This becomes even more troubling as New York expands support for nonpublic education. Through its recent opt-in to the nonprofit scholarship tax credit program, New York will see billions more dollars in donations toward private school tuition. Establishing baseline standards for curriculum is essential for producing an informed citizenry — that becomes significantly more difficult when our tax system props up institutions without meaningful oversight.
The state’s arguments also undermine New York’s reputation as a national leader in protecting individual rights.
State officials have aggressively defended voting rights protections, reproductive freedom, and anti-discrimination laws against legal attack. As a rogue White House tramples upon our rights, our Governor, Legislature, and Attorney General have gone to great lengths to fortify our protections.
Yet in this case, the state was effectively arguing that tens of thousands of children can be carved out both from the guarantee of a right and the opportunity to participate in society. State lawyers even contended that students denied a basic education possess no actionable deprivation of liberty or property rights.
This is a glaring departure from the contentions our state makes for the preservation of individual liberties against violation from the government. How could we credibly argue, for example, that immigrants should be able to sue ICE agents over due process rights if students can’t sue the state over their constitutional guarantee to an education? It’s a slippery slope: Deny one group legal protection against harm from the state, and you imperil the sanctity of all those protections.
The lawsuit over last year’s budget deal is still ongoing. A decision may come down any time now, but certainly is likely before the end of the year. An appeal by the losing party is all but certain. That means New York’s lawyers may continue to be forced into defending arguments that sanction students’ educational deprivation and societal isolation, and, in the process, irreparably damage our status as a bulwark for individual liberty.
The political architects of this deal may have hoped the issue would quietly disappear. Instead, the consequences are only becoming harder to defend.
The post The Yeshiva issue that won’t go away appeared first on The Forward.
Uncategorized
The Netherlands will return to Eurovision after boycott over Israel
(JTA) — The Netherlands will return to the Eurovision Song Contest, overriding a broadcaster that withdrew over Israel’s actions in Gaza.
The Dutch organization that oversees public broadcasting, the Nederlandse Publieke Omroep, said on Wednesday that it will take over the country’s entry to Eurovision after Avrotros, the broadcaster that usually takes part in Eurovision for the Netherlands, pulled out of the 2027 event in Burgas, Bulgaria.
Avrotros said last month that it withdrew because the event “can no longer be considered neutral,” citing Israel’s inclusion amid “the severe humanitarian suffering in Gaza and the ongoing restrictions on press freedom.”
Avrotros dropped out of the most recent contest in May 2026, and the Netherlands did not participate after the NPO ruled out identifying another broadcaster. Spain, Ireland, Iceland and Slovenia also boycotted this year’s Eurovision. Israel’s participation in the world’s largest music contest has become a source of intense controversy, sparking mass protests. The contest drew 35 million fewer viewers this year.
For the next Eurovision, NPO is assigning the broadcaster NOS to provide coverage of the event and an “independent team of experts” to select the Dutch act.
“We understand that participation in the Eurovision Song Contest evokes mixed feelings in the Netherlands,” said Jet de Ranitz, the chairman of the NPO’s executive board. “We have explicitly asked the [European Broadcasting Union] to once again make the unifying character of the festival an important part of the event, in recognition of a time of geopolitical unrest, war, and polarization.”
The NPO added that the EBU, which owns the contest, has “taken significant steps regarding the rules of the Eurovision Song Contest.” The EBU introduced changes in August that included barring countries involved in armed conflict from hosting the competition. It also made adjustments to the voting process after accusations of politically motivated voting.
Avrotros said the new rules were not sufficient to ensure that Eurovision remains “independent and neutral.”
Martin Green, the director of Eurovision, said in a statement that the contest was “delighted to welcome the Netherlands back” in 2027.
Ireland is set to boycott Eurovision again in 2027 after RTÉ, the national broadcaster, said last week that its position “remains unchanged.”
RTÉ cited “the appalling and ongoing loss of lives in Gaza and the humanitarian crisis there which continues to put the lives of so many civilians at risk,” adding that it was “deeply concerned by the continued denial of independent access to international journalists to the territory.”
Spain could also stay out of Eurovision next year. José Pablo López, the president of Spanish broadcaster RTVE, announced at a Senate hearing on Tuesday that he supported a continued boycott, saying it was “painful that Israel continues to participate.”
Meanwhile, Belgium confirmed its participation despite calls for a boycott by its public media unions.
“Participation is in no way an endorsement or normalization of what is happening in Gaza and the rest of the world,” said Frederik Delaplace, the CEO of the Flemish broadcaster VRT. “We do note, however, that the EBU is no longer shying away from these difficult societal and geopolitical issues.”
The post The Netherlands will return to Eurovision after boycott over Israel appeared first on The Forward.

