Uncategorized
Yiddish study and research in Amsterdam — a long history
אַמסטערדאַם און די ייִדישע שפּראַך האָבן אַ לאַנגע בשותּפֿותדיקע געשיכטע. ווייניק מענטשן ווייסן אַז ייִדיש־רעדערס לעבן אין האָלאַנד זײַט דעם 17טן יאָרהונדערט, און אַז זײַט דעם מיטן צװאַנציקסטן יאָרהונדערט װערט די שפּראַך געפֿאָרשט און, מיט איבעררײַסן, געלערנט, אינעם אַמסטערדאַמער אוניװערסיטעט.
לעצטנס האָט זיך געענדיקט די דרױסנדיקע סובװענץ, וואָס האָט געשטיצט די ייִדיש־פּראָגראַם אינעם אוניווערסיטעט און דעם קומענדיקן זמן װעט מען קײן ייִדיש־קורסן נישט לערנען. אַ נײַע דערװײַליקע לײזונג איז, דאַכט זיך נאָענט, נאָר די דאָצענטן און סטודענטן האָפֿן אַז די פֿאַקולטעט־פֿאַרװאַלטונג װעט װאָס פֿריִער גיבן די ייִדישע שפּראַך אַ פֿעסטן אָרט אין דער לערן־פּראָגראַם.
ס׳איז דאָ אַ סך צו דערציילן וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדיש אין אַמסטערדאַם. אינעם 17טן און 18טן יאָרהונדערט איז די שטאָט געװען דער װעלטצענטער פֿון דער ייִדישער דרוקאַרבעט. די סאַמע ערשטע ייִדישע צײַטונג, די „דינסטאַגישע און פֿרײַטאַגישע קוראַנטן“, האָט מען טאַקע געדרוקט אין אַמסטערדאַם אין 1686 און 1687.
אין משך פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, אונטער דער השפּעה פֿון דער דעמאָלט אײַנגעפֿירטער האָלענדישער שפּראַך־געזעץ־געבונג, איז דער דיאַלעקט מערבֿ־ייִדיש בהדרגהדיק פֿאַרשװוּנדן געװאָרן. לויטן געזעץ האָט מען קינדער געדאַרפֿט לערנען בלױז אױף האָלענדיש און די דרשות אין שיל האָט מען געמוזט האַלטן אױף האָלענדיש.
סוף 19טן יאָרהונדערט האָט זיך דער מצבֿ געביטן ווען ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אײראָפּע האָבן מיטגעבראַכט זייער מיזרח־ייִדישן דיאַלעקט. ביזן הײַנטיקן טאָג קען מען הערן די השפּעה פֿון האָלענדיש ייִדיש אױף דער אַמסטערדאַמער גאַס ווי, צום בײַשפּיל, אינעם באַקאַנטן צונאָמען פֿון דער שטאָט אַמסטערדאַם: „מקום“ (אָרט).
דער אַרבעטער־קולטור־פֿאַראײן „אַנסקי“, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1920, איז אַזש ביז אין די 1970ער יאָרן געװען אַ װיכטיקער קולטור־צענטער פֿאַר די ייִדיש־רעדערס אין האָלאַנד. דרײַ פֿערטל פֿון די ייִדן אין לאַנד האָבן נישט איבערגעלעבט דעם חורבן. פֿון דעסטוועגן איז אין האָלאַנד נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה אַלע מאָל געװען אַ קלײנער סכום ייִדיש־רעדערס. עד־היום לערנט מען אַ טייל פֿון די לעקציעס אין דער פֿרומער ייִדישער שול „חדר“ אױף ייִדיש.
דער אינטערעס צו דער שפּראַך האַלט אין איין װאַקסן. אַ צאָל װעלטלעכע ייִדיש־רעדערס, װאָס אַ גרױסער טײל פֿון זײ האָבן זיך געלערנט די שפּראַך ווי דערוואַקסענע, באַטײליקן זיך הײַנט אין ייִדיש־לײענקרײַזן אין פֿאַרשיידענע שטעט. במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר זענען אַ רײ קלאַסישע ייִדישע ליטעראַרישע װערק איבערגעזעצט געװאָרן אױף האָלענדיש. עס װערט אַרױסגעגעבן די ליטעראַרישע צײַטשריפֿט „די גאָלדענע פּאַװע“ (דער המשך פֿונעם אַמאָליקן זשורנאַל „גרינע מדינה“) און די שפּראַכקורסן אינעם אַמסטערדאַמער אוניװערסיטעט האָבן זיך די פֿאַרגאַנגענע פֿיר יאָר אַרױסגעװיזן פּאָפּולער ביז גאָר.
זײַט די 1960ער יאָרן האָט זיך אַמסטערדאַם אויך אַנטװיקלט ווי אַ לעבעדיקער און פּראָדוקטיװער פֿאָרשצענטער פֿון דער ייִדישער שפּראַך. טאָגטעגלעך אַרבעט מען איבערן סאַמע גרעסטן צוויישפּראַכיקן ייִדישן װערטערבוך — דעם אָנלײַן „ייִדיש־האָלענדישן װערטערבוך“, צונויפֿגעשטעלט פֿון יוסטוס וואַן דער קאַמפּ. אָנהייב מײַ זענען אַרײַנהאַקערס אָנגעפֿאַלן אויפֿן ווערק אָבער הײַנט איז עס שוין ווידער צוטריטלעך. װאַן דער קאַמפּ האָט געזאָגט, אַז קײן דאַטן זענען, צום גליק, נישט פֿאַרלױרן געגאַנגען.
במשך פֿון דער געשיכטע האָבן אַ רײ ייִדיש־רעדערס אין אַמסטערדאַם געזאַמלט אָרטיקע ייִדישע אױסדרוקן און וועלטסווערטלעך. אין מיטן 19טן יאָרהונדערט האָט יונה ל. פֿאָרזאַנגער צונויפֿגעקליבן חנעװדיקע װערטלעך פֿון די האלענדישע ייִדן און זײ געניצט אין אַ מעשׂה װעגן די איבערלעבונגען פֿון אַן אָרעמען גאַסן־מוזיקאַנט. אַ סך פֿון די שפּריכװערטער זענען שפּעטער אַריבער אױף האָלענדיש, לדוגמא „זײַן תּחת ברענט, מוז ער אױף די בלאָסטערס זיצן“ (װער עס טוט שלעכטס, מוז „טראָגן“ די קאָנסעקװענצן).
אין אַנדערע אױסדרוקן זענען ייִדיש און האָלענדיש צונױפֿגעמישט געװאָרן, ווי למשל אין דעם װערטל װאָס כאַראַקטעריזירט די באַציִונגען אין דער אַמסטערדאַמער ייִדישער קהילה: „װען קהל שפּילט דע באַס (בעל־הבית), שנעלט מער דער פּרנס פֿאָר דען נאַז.“ (װען קהל שאַפֿט זיך, שנעלט מען דעם פּרנס אין דער נאָז.)
אין אַ סך ייִדישע שטיבער קען מען געפֿינען האַרטאָג בײמס ביכער װעגן דעם האָלענדיש־ייִדישן װאָקאַבולאַר. ביים, אַ האָלענדישער לערער היסטאָריקער, האָט צונױפֿגעשטעלט אַ װערטערביכל פֿונעם האָלענדישן ייִדיש (Resten van een taal) און אַ זאַמלונג אױסדרוקן און שפּריכװערטער (Jerosche). די צװײ ביכער זענען געװען באַליבט בײַם ברײטן ייִדישן עולם.
זײַט 1964 זענען אַ צאָל געניטע ייִדיש־לערערס געווען אויפֿן פֿאַקולטעט פֿונעם אוניווערסיטעט: צו ערשט, לעאָ פֿוקס, און דערנאָך — רענאַ פֿוקס מאַנספֿעלד. אין 2005 האָט שלמה בערגער פֿאַרנומען די פּראָפֿעסור „ייִדישע שפּראַך און קולטור“ ביז ער איז ניפֿטר געװאָרן אין 2015.
אַ רײ דיסערטאַציעס װעגן ייִדיש זענען די פֿאַרגאַנגענע יאָרצענדליקער פֿאַרטײדיקט געװאָרן. הילדע פּאַך האָט געפֿאָרשט די ערשטע ייִדישע צײַטונג אין האָלאַנד, „די דינסטאַגישע און פֿרײַטאַגישע קוראַנטן“. באַרט װאַלעט האָט אַנאַליזירט די ייִדישע היסטאָריאָגראַפֿיע אין האָלאַנד; זײַדמאַן מאַוער האָט אָנגעשריבן אַ דאָקטאָר־אַרבעט װעגן פֿרי־מאָדערנער מעדיצינישער ליטעראַטור און אָקערשט האָט מאַריאַנע אָסטינג באַקומען אַ דאָקטאָראַט פֿאַר איר שטודיע װעגן דעם ניסתּרס ראָמאַן „די משפּחה מאַשבער“.
אין אַן אַרטיקל אינעם „פֿאָרװערטס“ דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ האָט פֿיליפּ שוואַרץ געשריבן אַז די אַמסטערדאַמער פֿאָרשערס פֿון ייִדיש און ייִדישע לימודים האָבן זיך ביז אַהער אײַנגעשפּאַרט „אין העלפֿאַנדבײן־טורעמס“. איך בין נישט מסכּים. אַדרבא, עס זענען כּסדר געװען און אַנטשטאַנען נײַע פֿאַרבינדונגען צװישן ייִדיש־רעדערס און דער ייִדיש־פֿאָרשונג און צװישן דער ייִדישער קולטור־ירושה און דער לעבעדיקער שפּראַך.
פֿון 2023 ביז 2025 האָבן די אַמסטערדאַמער ייִדיש־סטודענטן אין אײנעם מיט זײַדמאַן מאַוער צוגעגרייט און אויפֿגעפֿירט פּורים־שפּילן אױף ייִדיש: קודם־כּל אין אַ קלאַסצימער אין אוניװערסיטעט, און אין 2025 — אין טעאַטער. זײ האָבן באַװיזן צוצוציִען צוקוקערס פֿון האָלאַנד, דײַטשלאַנד און ישׂראל. אינעם פּראָיעקט „די ייִדישע שטאָט“ האָבן פֿאָרשערס און אײַנװױנערס פֿון אַמסטערדאַם צוזאַמענגעאַרבעט, פּובליקירט פּאָדקאַסטן און מיט עפֿנלטעכן סוכּה־פּראָיעקט אין 2023 און 2024 ממש צוריק אַרײַנגעשטעלט די ייִדישע געשיכטע אין שטאָט.
אַ סך סטודענטן און לערער זענען שטאַרק אַנטוישט וואָס מע האָט אָפּגעשאַפֿן די ייִדיש־קורסן און זײַדמאַן מאַוער וועט אָנהייבנדיק אין סעפּטעמבער לערנען אינעם בר־אילן אוניװערסיטעט אין ישׂראל.
„די ייִדישע שפּראַך איז אַן אינטעגראַלער טײל פֿון די ייִדישע לימודים אינעם אַמסטערדאַמער אוניװערסיטעט,“ האָט געזאָגט באַרט װאַלעט, אַ פּראָפֿעסאָר דאָרט פֿון ייִדישע לימודים. „כּדי אױפֿצוזיגלען די רײַכע אַמסטערדאַמער ייִדישע קאָלעקציעס קען מען זיך נישט באַגײן אָן אַ קענשאַפֿט פֿון דער ייִדישער שפּראַך.“
אירענע זװיפּ, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון העברעיִש און אַראַמיש, האָט צוגעגעבן אַז זי און אַנדערע האָבן גוטע האָפֿענונגען אױף פֿינאַנציעלן שטיץ דורך ברײטהאַרציקע יחידים.
„די געשיכטע פֿון ייִדיש אין אַמסטערדאַם האָט זיך נאָך לאַנג נישט געענדיקט,“ האָט וואַלעט געזאָגט.
The post Yiddish study and research in Amsterdam — a long history appeared first on The Forward.
Uncategorized
Brooklyn’s new ‘lard bagel’ is not kosher. But it is delicious.
Bagels have long been a staple of the Jewish diet, even if they’re not exactly health food. But the latest addition to New York’s bagel scene achieves the impressive feat of inviting both your doctor and your rabbi’s scorn: the “lard bagel,” made with rendered pork fat.
The decidedly unkosher offering is on the menu at Caputo Bagels, which opened Monday in Brooklyn’s Park Slope neighborhood. The bagel shop is the successor to the once-popular Caputo Bakery in Carroll Gardens, which closed in April after five generations of operation.

At the now-shuttered Caputo Bakery, “lard bread” was a bestseller. Caputo Bagels seeks to recreate the lard bread experience, but in bagel form. Lard, salami, provolone cheese, salt and pepper are all folded into sourdough, hand-rolled, then boiled and baked at 425 degrees. The Italian-Jewish mash-up is the product of a partnership between James Caputo and Rafi Hasid, who also runs the Israeli restaurant Miriam next door.
Eager to try this bagel novelty, I stocked up on Lactaid pills and trekked to Park Slope early Friday morning. There, I met Caputo himself, who said the lard bread was a family recipe and an Italian-American specialty. Lard, he explained, was “a couple levels above adding butter to your bread.”
“A lot of people who went to the bakery are now rushing here to try the lard bagel,” Caputo said, adding that he did “feel bad” that kosher customers wouldn’t be able to eat the signature item.
I reassured Caputo that I did not keep kosher and was eager to taste the lard bagel myself.
But before digging in, I wanted to know what to expect. The first customer I spoke with had ordered an everything bagel, explaining that she hadn’t known the lard bagel “existed.” The second, visiting New York City from Spain, had opted for banana bread.
I asked her if she had considered ordering the lard bagel. “At this hour in the morning?” she asked.
I was starting to get worried. If nobody orders the lard bagel, does it make a sound?
Fortunately, I soon met Kristin Stoller, a local who used to frequent Caputo Bakery. She had ordered both a lard bagel and a plain one, with a side of scallion cream cheese, to bring home for herself and her boyfriend.
“He’s anxious about the lard bagel,” she told me, but she was hoping to convert him.
I asked if she would do a taste test. “Just like the bread!” she said after taking a bite. “This is perfection.”
Her enthusiasm seemed to be contagious. The first customer I’d spoken with came up to me, this time with a lard bagel in hand. I’d piqued her curiosity. “It’s a savory explosion,” she said.
Outside, I found a customer named Kendra Koch sitting on a bench with her dog, Pom Pom. She, too, had ordered the lard bagel, topped with olive cream cheese.
“It tastes like pizza,” she said as Pom Pom angled toward the bagel, seemingly longing for a bite.

I summoned my courage and ordered one sans toppings, figuring it had enough going on flavor-wise to stand on its own. One bite revealed a cheesy, peppery richness. I wasn’t sure I tasted the lard, but I also wasn’t sure if I was supposed to. My official verdict: delicious.
It was just too bad that my kosher friends couldn’t try it. I’m holding out hope that the schmaltz bagel will catch on next.
The post Brooklyn’s new ‘lard bagel’ is not kosher. But it is delicious. appeared first on The Forward.
Uncategorized
Yiddish Modernism and the political tumult in the 1930s
אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט דער זשורנאַל „אין זיך“ געדינט װי אַ טריבונע פֿאַר מאָדערניסטישע עקספּערימענטן אין דער אַמעריקאַנער ייִדיש־ליטעראַטור. צו די „אינזיכיסטן“ האָבן געהערט יעקבֿ גלאַטשטײן, אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס, ה. לײװיק, שלמה שװאַרץ, יהודה לײב טעלער און אַנדערע.
װי מען קען טרעפֿן פֿונעם זשורנאַלס נאָמען, זײַנען די דאָזיקע ליטעראַטן געװען פֿאַרטאָן אין שעפֿערישע חקירות אַרום דעם אײגענעם „זיך“. און טאַקע, אין די 1920 יאָרן האָט „אין זיך“ ניט געהאַט קײן אינטערעס צו די פּאָליטישע דאגות־היום.
אָבער דאָס האָט זיך געביטן נאָך 1934, װען גלאַטשטײן איז געװאָרן דער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל. דער דאָזיקער תּקופֿה איז געװידמעט דאָס נײַע בוך פֿון איתי זוטרא (אוניװערסיטעט פֿון מאַניטאָבאַ, קאַנאַדע) „אינזיכיזם: ייִדיש־דיכטונג און די ייִדישע אידענטיטעט אין אַמעריקע אין די 1930ער יאָרן“.
גלאַטשטײן האָט פֿאַרטײדיקט די שעפֿערישע אױטאָנאָמיע פֿונעם דיכטער קעגן די אַנגאַזשירטע קאָמוניסטישע קריטיקער װי אַלכּסנדר פּאָמעראַנץ, װאָס האָבן געפֿאָדערט, אַז ליטעראַטור זאָל דינען די אינטערעסן פֿון די פּראָלעטאַרישע מאַסן.
אַזױ איז גלאַטשטײנס אײגענע פּאָעטישע שאַפֿונג געװאָרן אַ מין פּאָליטישע פּאָזיציע. די דאָזיקע פּאָליטיק, האַלט זוטרא, האָט משפּיע געװען אויף זײַן ליטעראַרישן סטיל און דעם סטיל פֿון אַנדערע מחברים פֿון „אין זיך“.
גלאַטשטײן האָט געעפֿנט די זײַטן פֿון „אין זיך“ פֿאַר פּאָליטישע װיכּוחים. ער אַלײן איז אַרױס מיט אַ פֿאָרשלאָג צו שאַפֿן אַ פּאַרטײ, װאָס זאָל זײַן אי פּאָליטיש ראַדיקאַל אי ייִדישיסטיש, הגם קײן פּראַקטישע פּראָגראַם האָט ער ניט פֿאָרגעלײגט.
להיפּוך צו אַנדערע ראַדיקאַלע פּאַרטײען, קודם־כּל דער קאָמוניסטישער, איז דער הױפּטציל פֿון גלאַטשטײנס פּאַרטײ געװען צו פֿאַרטײדיקן ייִדישע נאַציאָנאַלע אינטערעסן. דאָס איז געװען ספּעציעל װיכטיק אין דער צײַט װען דער אַנטיסעמיטיזם האָט געהאַלטן אין אײן װאַקסן אין אײראָפּע.
גלאַטשטײן האָט פֿאַרבעטן ייִדישע ליטעראַטן אַרומצורעדן זײַן פּראָיעקט אױף די זײַטן פֿונעם זשורנאַל. לרובֿ זײַנען זײ ניט געװען אײַנשטימיק מיט גלאַטשטײן. דער עיקר זײַנען זײ געװען קעגן דער אידײ, אַז די אינטעלעקטואַלן דאַרפֿן װערן פּאָליטישע אָנפֿירער פֿון די מאַסן.
חוץ דעם, װי עס האָט באַמערקט חיים זשיטלאָװסקי, זײַנען שױן דאָ געװען גענוג פּאָליטישע פּאַרטײען אין װעלכע ייִדן האָבן זיך אַקטיװ באַטײליקט. צו שאַפֿן נאָך אַ פּאַרטײ װאָלט ניט געהאָלפֿן צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ פֿון ייִדן.
דער אינזיכיזם, האַלט זוטרא, איז בטבֿע געװען עקלעקטיש סײַ פּאָעטיש און סײַ פּאָליטיש. מען האָט ניט געהאַלטן פֿון טראַדיציאָנעלע זשאַנערס און סטילן. אָפֿט מאָל האָט מען עקספּערימענטירט מיט מישן פּראָזע און פֿערזן.
אין די 1930ער יאָרן האָבן די ליטעראַרישע עקספּערימענטן באַקומען אַ פּאָליטישן אַקצענט. סײַ אין דער קונסט און סײַ אין דער פּאָליטיק האָבן די אינזיכיסטן געזוכט אַן ענטפֿער אױף דער עיקר־פֿראַגע: װאָס איז דער עצם פֿונעם ייִדישן „זיך“ אין אַמעריקע אין דער מאָדערנער תּקופֿה?
דער אינזיכיזם איז געװאָרן אַ נײַער מין ייִדישיזם: אַ קולטורעלע און פּאָליטישע אידעאָלאָגיע, װאָסער ציל איז געװען צו פֿאַראײניקן פֿאַרשײדענע פּאָליטישע שטרעמונגען אױפֿן סמך פֿון דער ייִדישער שפּראַך און דער מאָדערנער װעלטלעכער ייִדיש־קולטור.
גלאַטשטײן האָט געגלױבט, אַז װערטער דאַרפֿן טראָגן דעם װירקלעכן אמת, בפֿרט אין די צײַטן, װען כּלערלײ טאָטאַליטאַרישע רעזשימען האָבן פֿאַרשפּרײט ליגנס פֿאַר די צװעקן פֿון זײער מערדערישער פּראָפּאַגאַנדע.
אינעם בוך לידער „ייִדישטײַטשן“, װאָס איז אַרױס אין װאַרשע אין 1937, האָט גלאַטשטײן געפּרוּװט דערגרײכן די טיפֿסטע פֿאָנעטישע און לעקסישע װאָרצלען פֿון דער ייִדישער שפּראַך.
אין די שורות „אַלטער בױם, פֿעלדז און שטאַם / כ׳קום צו דיר מיט ברױט און גראַם“ דריקט גלאַטשטײן אױס זײַן פּאָזיציע לגבי דער ייִדישער קולטור־ירושה. ער קומט מיט זײַן אַמעריקאַנער „ברױט און גראַם“ צו דעם „אַלטן בױם“ פֿון ייִדיש כּדי צו שעפּן שפּראַכלעסע יניקה פֿאַר זײַן פּאָעזיע.
זוטרא אַנטפּלעקט אין „ייִדישטײַטשן“ סאַטירישע אונטערטענער, װאָס מאַכן חוזק סײַ פֿון די פֿאַשיסטן און קאָמוניסטן און סײַ פֿון די אַמעריקאַנער אַסימילאַטאָרן.
די צװײטע צענטראַלע פֿיגור אינעם אינזיכיזם איז געװען דער דיכטער, קריטיקער און זשורנאַליסט אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס. אין 1937, אײנצײַטיק מיט גלאַטשײטנס „ייִדישטײַטשן“, איז אַרױס גלאַנץ־לעיעלעס בוך לידער „פֿאַביוס לינד“.
אין הסכּם מיט די עסטעטישע פּרינציפּן פֿונעם אינזיכיזם איז דאָס דאָזיקע בוך אַ מישמאַש פֿון סטילן, זשאַנערס און שטאַנדפּונקטן, װאָס זײַנען פֿאַרקניפּט דורך דער פֿיגור פֿונעם הױפּטהעלד. דאָס איז אַ פּאָעטישער סך־הכּל פֿונעם איניזכיסטישן פּעריאָד אין לעיעלעסעס שאַפֿונג, האַלט זוטרא.
„פֿאַביוס לינד“ האָט באַקומען התלהבֿותדיקע אָפּרופֿן מצד די קריטיקער. גלאַטשטײן האָט געהאַלטן דאָס בוך פֿאַר דער „ערשטער גרױסשװוּנגיקער און גרױסשטאָטישער פּאָעמע אין דער ייִדישער פּאָעזיע“, און ה. לײװיק האָט עס געלױבט פֿאַר זײַן „אָרגאַנישער גאַנצקײט“.
די פֿיגור פֿון פֿאַביוס לינד איז ניט קײן אױטאָביאָגראַפֿישע. זוטרא מאַכט אַ פּרוּװ צו אַנטפּלעקן די פֿאַרפּלאָנטערטע באַציִונגען צװישן דעם מחבר אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס, זײַן פּאָעטישער פּערזאָן אַ. לעיעלעס, און זײַן אױסגעטראַכטן „אַלטער עגאָ“ — פֿאַביוס לינד.
לינד פֿיגורירט אינעם בוך װי אַ צעשפּאָלטענע פּערזענלעכקײט: „פֿאַביוס לינד פֿיל לעבנס פֿירט ער“. ער איז סײַ אַ פּראָדוקט און סײַ אַ קרבן פֿון זײַן תּקופֿה.
לינד האָט ספֿקות װעגן כּלערלײ פּראָיעקטן צו לײזן די „ייִדישע פֿראַגע“, אינעם סאָװעטישן ביראָבידזשאַן אָדער אינעם העברעיִש־רעדנדיקן ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל.
חוץ לידער האָט גלאַנץ געשריבן פּאָליטישע קאָמענטאַרן אין דער ליבעראַלער צײַטונג „דער טאָג“. להיפּוך צו גלאַטשטײן האָט ער ניט פֿאַרטראַכט קײן אײגענע פּאָליטישע פּראָיעקטן. זײַן פּאָליטישער שטאַנד איז געװען אין הסכּם מיטן פּראָגרעסיװן הױפּטשטראָם פֿון פֿראַנקלין רוזװעלטס „ניו דיל“.
דער לעצטער נומער פֿון „אין זיך“ איז אַרױס אין 1940, װען אײראָפּע איז שױן געשטאַנען אױפֿן שװעל פֿונעם חורבן. דער קאָנפֿליקט צװישן אַלװעלטלעכקײט און ייִדישקײט, װאָס איז געװען די צענטראַלע טעמע פֿון די אינזיכיסטישע חקירות, איז געלײזט געװאָרן לטובֿת ייִדישקײט.
גלאַטשטײן האָט פּראָקלאַמירט: „אַ גוטע נאַכט, ברײטע װעלט. […] אױף מײַן אײגענעם געבאָט גיי איך צוריק אין געטאָ“. דאָס איז געװען דער סוף פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם, פֿאַרסך־הכּלט זוטרא.
די פּאָעטישע קולטור־ירושה פֿון די אינזיכיסטן איז פֿאָרגעשטעלט געװאָרן פֿאַרן ענגליש־שפּראַכיקן עולם אין דער פּרעכטיקער צװײ־שפּראַכיקער אַנטאָלאָגיע „אַמעריקאַנער ייִדישע פּאָעזיע“, װאָס איז אַרױס אין 1986 אונטער דער רעדאַקציע פֿון בנימין און באַרבאַראַ האַרשאַװ.
אין דער הקדמה האָט בנימין האַרשאַװ פּרטימדיק אַנאַליזירט די פֿאָרמעלע און סטיליסטישע חידושים, װאָס די אינזיכיסטן האָבן אַרײַנגעבראַכט אין דער ייִדישער פּאָעזיע אין די 1920ער יאָרן, אָבער ער האָט קױם באַרירט זײער פּאָליטיק.
זוטראס בוך באַטראַכט די אינזיכיסטישע שעפֿערישקײט אונטער אַן אַנדערן קוקװינקל. אין די 1930ער יאָרן זײַנען פּאָליטיק און פּאָעזיע געװאָרן נאָענט צונויפֿגעפֿלאָכטן אין די װערק פֿונעם לעצטן דור אַמעריקאַנער ייִדישעמאָדערניסטן.
The post Yiddish Modernism and the political tumult in the 1930s appeared first on The Forward.
Uncategorized
I never saw myself in Barbie. Would ‘Hanukkah Barbie’ have changed that?
I wasn’t really a Barbie kid. While I occasionally played with my sister’s hand-me-down Barbies, I preferred American Girl dolls. They were Barbie’s chunkier, cherubic counterparts, each representing a girl from a different period in history and accompanied by a series of historical-fiction books about her life. I devoured those books, including the story of Rebecca Rubin, a 9-year-old Russian-Jewish immigrant living on the Lower East Side in the early 1900s.
So when Mattel released its first Hanukkah Barbie last week — officially marketed as the “Barbie Holiday Sweater Doll” — I wondered whether she would have appealed to me when I was growing up. Would her Jewishness have made her feel more relatable than that blonde-haired, blue-eyed, impossibly proportioned bombshell?
As it turns out, I wasn’t the only one thinking about what it means for Barbie to look Jewish. Shortly after her release, Hanukkah Barbie set off a spirited debate over her appearance. Her nose seemed slightly more prominent than the default Barbie button nose, raising questions about whether Hanukkah Barbie’s face reinforced Jewish stereotypes, or if her distinctive nose reflected a good-faith effort to give the doll recognizably Jewish features.
It was at least clear that Mattel did its homework about the Festival of Lights. The hanukkiah on Barbie’s sweater has the correct number of candleholders, and the dreidels bear accurate Hebrew lettering — which is more than can be said about a lot of Hanukkah merchandise. If sales are any indication, Hanukkah Barbie is resonating. The doll, which originally retailed for about $30, is sold out, with third-party sellers now asking for as much as $345.
There have previously been Barbies modeled after Jewish celebrities, including Olympic gymnast Aly Raisman, Israeli Olympic surfer Anat Lelior and fashion designer Diane von Furstenberg. But Hanukkah Barbie is the first Barbie whose identity is simply Jewish — which means she will have the impossible task of representing Jews of all kinds. Sephardic and Ashkenazi Jews, religious and secular Jews all have to somehow find themselves in the same doll.
Complicating matters, the original blonde Barbie has arguably been Jewish all along. Ruth Handler, the daughter of Polish-Jewish immigrants, invented Barbie in 1959, naming “Barbie” after her daughter, Barbara, and “Ken” after her son, Kenneth. “Barbie is a matrilineal Jew? Love it!” one Reddit user joked last month.
But Barbie was always a little too Aryan-coded to feel Jewish to me. Her origins go back to the postwar German ideal of blonde, white femininity. Handler drew inspiration for Barbie’s look from a German toy named Bild Lilli, marketed toward men as a gag gift and sold in bars and tobacco shops. That doll, in turn, was based on the comic-strip character Lilli, characterized by Barbie’s unofficial biographer M.G. Lord as “a golddigger, exhibitionist, and floozy” who worked as a secretary while looking for a wealthy husband. Bild Lilli was manufactured by O.M. Hausser, a toy company that had produced Adolf Hitler figurines during the 1930s.
No wonder stereotypically Ashkenazi-looking Jews like me, not to mention everyone else who also didn’t fit the Barbie mold, felt left out of Barbie-land. (Which is literally everyone, given that scaled up to human size, a traditional Barbie doll’s proportions would make her unable to survive; there’d be no room for her organs in her tiny waist, and she’d have no choice other than to walk on all fours.)
Over the years, Barbie has become far more inclusive. After the debut of the “Colored Francie” doll in 1967, Barbie expanded to include dolls of different races, body types and abilities, including dolls with prosthetic limbs and wheelchairs and, in 2016, the long-awaited introduction of “curvy,” “petite” and “tall” Barbies. Mattel introduced career-themed dolls in the 1960s, evolving from fashion designer, nurse, and flight attendant to a presidential candidate Barbie in 1992.
The American Girl doll, which Mattel acquired in 1998, was part of a similar response to the limitations of the traditional fashion doll. Created by teacher Pleasant Rowland in 1986, American Girl was designed to help girls see themselves in their dolls while making history feel personal and engaging.

Of course, little kids aren’t thinking so much about the sociological implications of their toy choices. For my part, my mom bought me an American Girl look-alike doll with my brunette hair and choppy bangs, hoping that seeing myself reflected in a doll would help build my self-esteem. But I also gravitated toward a blonde-haired, blue-eyed American Girl doll that looked more Barbie-esque, which I begged my mom to buy.
Looking back, I wonder how much of the Barbie beauty standard I had subconsciously absorbed, even with an array of representative dolls at my disposal. Hanukkah Barbie may more closely resemble women like me. But changing the default cultural image of Barbie will take more than a doll with a light-up Hanukkah sweater.
The post I never saw myself in Barbie. Would ‘Hanukkah Barbie’ have changed that? appeared first on The Forward.

