Uncategorized
An exhibit at Warsaw’s Polin Museum on the history of Jewish languages
אין אַ נײַער אויסשטעלונג בײַם ייִדישן מוזיי „פּולין“ זעט מען, אַז עספּעראַנטאָ איז אויך אַ ייִדישע שפּראַך.
די סיבה דערפֿאַר איז נישט בלויז ווײַל דער פֿאַרטראַכטער פֿון עספּעראַנטאָ, ד״ר לייזער זאַמענהאָף, איז געווען אַ ייִד, אַ געבוירענער אין ביאַליסטאָק. אין די ערשטע יאָרן זענען אַ סך רעדערס פֿון עספּעראַנטאָ געווען ייִדן, ווײַל זיי האָבן געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם און האָבן געחלומט פֿון אַ וועלט אָן נאַציאָנאַלע און רעליגיעזע גרענעצן. דער ייִדישיסט און עספּעראַנטיסט, ד״ר צבֿי סדן, האָט טאַקע אַ מאָל באַמערקט: „עספּעראַנטאָ איז ייִדיש פֿאַר גויים“.
פֿון דעסט וועגן, איז די צענטראַלע שפּראַך בײַ ייִדן אין משך פֿון דער גאַנצער געשיכטע אַוודאי העברעיִש, און דער פֿאַקט ווערט נישט פֿאַרשוויגן אין דער נײַער אויסשטעלונג. זי הייבט זיך אָן מיטן אַלטן העברעיִש אין די אויפֿשריפֿטן אין „כּתבֿ עבֿרי“, די אַלטע אותיות, וואָס ייִדן האָבן געניצט אין דער צײַט פֿון די מלכים, פֿאַרן גלות בבֿל.
דערנאָך האָבן זיי אָנגעהויבן אַריבערגיין צום „כּתבֿ אַשורית“, די אַסירישע אותיות — דאָס וואָס מיר רופֿן הײַנט „העברעיִשע אותיות“. די אויסשטעלונג לאָזט זיך אויס מיטן מאָדערנעם העברעיִש, עבֿריתּ, וואָס דער ליטוואַק אליעזר יצחק פּערלמאַן האָט געהאָלפֿן צו באַנײַען און אויפֿצולעבן סוף 19טן י״ה. יענער פּערלמאַן איז אונדז באַקאַנט מיטן נאָמען אליעזר בן־יהודה.
אין משך פֿון אַן ערך 2,500 יאָר צווישן דער תּקופֿה פֿונעם „כּתבֿ עבֿרי“ און דעם הײַנטיקן עבֿריתּ האָבן זיך ייִדן באַניצט מיט אַ סך אַנדערע שפּראַכן — אַזוי פֿיל, אַז מע קען זיי אַפֿילו נישט אויפֿציילן. עטלעכע קען מען באַטראַכטן ווי אמתע ייִדישע שפּראַכן, ד״ה אַזעלכע, וואָס ייִדן האָבן זיי פֿאַרהיימישט און פֿאַרייִדישט, אַפֿילו ווען זיי זענען לכתּחילה געווען וואַריאַנטן פֿון גוייִשע שפּראַכן.
די ערשטע שפּראַך אַזאַ איז געווען אַראַמיש, וואָס אויף איר זענען געשריבן גרויסע טיילן פֿון ספֿר דניאל און ספֿר עזרה, ,ווי אויך דער גרעסטער טייל פֿונעם תּלמוד. כאָטש מיר רופֿן די שפּראַך פּשוט „אַראַמיש“, איז זי באמת ייִדיש־אַראַמיש, ווײַל אַ סך אַנדערע פֿעלקער האָבן אויך גערעדט פֿאַרשידענע סאָרטן אַראַמיש — גוייִש־אַראַמיש — ביזן הײַנטיקן טאָג.
דאָס דריטע רינגל אין דער קייט פֿון ייִדישע לשונות איז ייִדיש־גריכיש, וואָס איז אויפֿגעקומען נאָך דעם ווי אַלכּסנדר מוקדון האָט אײַנגענומען די ריזיקע פּערסישע אימפּעריע, אַרײַנגערעכנט ארץ־ישׂראל. אַ סך ייִדן זענען געווען צוגעצויגן צו דער גריכישער שפּראַך און קולטור, ווי מיר ווייסן פֿונעם יום־טובֿ חנוכּה. פֿאַרשידענע סאָרטן ייִדיש־גריכיש האָט מען גערעדט אין משך פֿון איבער צוויי טויזנט יאָר, ביז נישט לאַנג צוריק. ליידער האָבן די נאַציס און זייערע מיטהעלפֿערס אויסגעהרגעט אַ סך פֿון די לעצטע רעדערס פֿון ייִדיש־גריכיש, וואָס מע רופֿט זיי די ראָמאַניאָטעס. די פֿאַרבליבענע ראָמאַניאָטישע ייִשובֿים אין גריכנלאַנד רעדן הײַנט שוין דאָס גוייִשע גריכיש, ווי זייערע שכנים.
ווען די רוימער האָבן אײַנגענומען אַלע לענדער אַרום דעם מיטלענדישן ים, האָבן די ייִדן אויך אָנגעהויבן רעדן לאַטײַן, לכל־הפּחות אין דער מערבֿדיקער העלפֿט פֿון דער אימפּעריע. (אין מיזרח האָט מען ווײַטער גערעדט גריכיש.) לאַטײַן האָט זיך מיט דער צײַט פֿאַרוואַנדלט אין די הײַנטיקע ראָמאַנישע שפּראַכן: איטאַליעניש, שפּאַניש, פֿראַצויזיש אאַז״וו.
יעדע ראָמאַנישע שפּראַך האָט געהאַט אַ ייִדישן וואַריאַנט. נאָכן גירוש ספֿרד למשל האָבן אַ סך שפּאַנישע ייִדן זיך באַזעצט אין דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע, האָט זייער ייִדיש־שפּאַניש (וואָס מע רופֿט הײַנט לאַדינאָ) אַרײַנגענומען אַ סך ווערטער פֿון די אָרטיקע לשונות: פֿון טערקיש, אַראַביש, אויך פֿון די באַלקאַנישע שפּראַכן.
די אויסשטעלונג דערציילט נישט צו פֿיל וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדיש, אָבער אינעם קאָנטעקסט פֿונעם גאַנצן „פּולין“־מוזיי איז דאָס נישט קיין עוולה. די פּערמאַנענטע אויסשטעלונג האָט זייער אַ סך וועגן ייִדיש און וועגן דער קולטור אויף ייִדיש. עטלעכע אַמעריקאַנער פֿאָרשערס, גוטע ייִדיש־קענערס, אַזוי ווי ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט און שמואל קאַסאָוו, האָבן געדינט דעם מוזיי ווי עצה־געבערס, און אפֿשר דערפֿאַר איז דאָ אַ סך מער ייִדיש אין „פּולין“־מוזיי ווי אין אַנדערע ייִדישע מוזייען אויף דער וועלט. (הלוואַי וואָלט געווען אַזאַ מוזיי אין ניו־יאָרק אָדער תּל־אָבֿיבֿ!)

אָבער די קוראַטאָרן פֿון דער אויסשטעלונג האָבן געהאַט אַ פּראָבלעם: דער דורכשניטלעכער פּוילישער באַזוכער קען נישט לייענען די העברעיִשע אותיות. אַפֿילו די ייִדישע באַזוכער און די געסט פֿון אויסלאַנד זענען מסתּמא קנאַפּע קענערס פֿון ייִדיש־גריכיש און ייִדיש־פּערסיש, למשל. איז נישט קיין חידוש, וואָס מע האָט דאָ געלייגט דעם טראָפּ אויף די שיינע עקספּאָנאַטן און נישט אויף די שפּראַכן גופֿא. מע ווײַזט אַ סך אַלטע חפֿצים, ספֿרי־תּורות, כּתבֿ־ידן, קמיות, פּרעכטיקע אילומינאַציעס. אפֿילו קינדערלעך, וואָס קענען נישט קיין צורת־אות, קענען הנאה האָבן פֿון אַזאַ שיינקייט.
דער אינטערעסאַנטסטער טייל פֿון דער אויסשטעלונג איז, לויט מיר, ווען מע קען הערן עטלעכע פֿון די ייִדישע שפּראַכן. מע האָט הײַנט זעלטן אַ געלעגנהייט צו הערן ייִדיש־גריכיש אָדער ייִדיש־איטאַליעניש, אָדער אַפֿילו לאַדינאָ. ס׳איז טשיקאַווע צו הערן, ווי די שפּראַך קלינגט, און צו פּרובירן אַ ביסל צו פֿאַרשטיין. אַ סך פּוילישע סטודענטן פֿון ייִדיש וועלן דערקענען דאָס קול, וואָס רעדט דאָרט ייִדיש, ווײַל עס איז עטל ניבאָרסקי, וואָס איז עטלעכע מאָל געקומען קיין פּוילן, כּדי צו לערנען אין דער וואַרשעווער זומער־פּראָגראַם. נאָך בעסער וואָלט געווען, ווען מע ווײַזט אויפֿן עקראַן דעם טעקסט פֿון די ווערטער וואָס מע רעדט, ווײַל אַזוי וואָלט מען געקענט פֿאַרשטיין אַ ביסל בעסער.
אויך זייער געראָטן זענען די שפּילערײַען אין דער אויסשטעלונג, וואָס זענען נישט בלויז פֿאַר קינדער. עס זענען דאָ שטיקלעך פֿון אַ רעטעניש (פּאָזל) מיט פֿאַרשידענע ווערטער, וואָס מע דאַרף זיי צונויפֿפּאָרן מיט אַנדערע שטיקלעך מיטן נאָמען פֿון דער שפּראַך. מע קען דאָרט אַנטדעקן, למשל, אַז דאָס וואָרט „פּופּיק“ קומט פֿון טשעכיש, און אַז דאָס וואָרט „דברארה“ (dabberare) מיינט „רעדן“ אויף ייִדיש־איטאַליעניש.

די אויסשטעלונג איז דער עיקר אַ קינסטלערישע און אַ היסטאָרישע, נישט קיין לינגוויסטישע. פֿון דעסט וועגן, פֿעלט דאָרט אַ ביסל דער הײַנטיקער מצבֿ. מיר ווייסן דאָך, אַז הײַנט רעדט מען נישט קיין ייִדיש־איטאַליעניש אָדער ייִדיש־גריכיש און אַ סך פֿון די אַנדערע אַמאָליקע ייִדישע שפּראַכן. אונדזער ייִדיש האָט דווקא גרויס מזל, וואָס די חסידים האָבן זיך אָנגעכאַפּט אין איר און רעדן זי מיט זייערע קינדער. אַנדערש וואָלט דער מצבֿ טאַקע געווען ביטער.
אָבער הײַנט רעדן ייִדן, דער עיקר, עבֿריתּ, אויב זיי וווינען אין מדינת־ישׂראל, אָדער ענגליש, אויב זיי וווינען אין די תּפֿוצות. עטלעכע הונדערט טויזנט רעדן פֿראַנצויזיש, רוסיש און שפּאַניש. דאָס הייסט, דווקא די שפּראַכן, וואָס ייִדן רעדן הײַנט פֿעלן אין דער אויסשטעלונג.
ס’איז אמת, אַז ייִדיש־ענגליש און ייִדיש־שפּאַניש, למשל, זענען באמת נישט קיין שפּראַכן פֿאַר זיך. מיט אַנדערע ווערטער, אַז מע וווינט אין אַ ייִדישער סבֿיבֿה, קען מען אַרײַנוואַרפֿן ווערטער און קאָנסטרוקציעס פֿון העברעיִש אָדער ייִדיש. די פֿאָרשערין פֿון ייִדישע שפּראַכן, שׂרה בענאָר, רופֿט דאָס אַ ייִדישער „רעפּערטואַר“, וואָס ייִדן קענען ניצן, ווען זיי ווילן.
אַז אַ ייִד זאָגט למשל: Good Shabbos! The seudah will be by me. See you in shul קען מען בולט זען די השפּעה פֿון ייִדיש דאָ און מע פֿאַרשטייט דעם באַגריף „ייִדישע שפּראַך“ נישט בלויז טעאָרעטיש, נאָר מע זעט באַשײַמפּערלעך, ווי אַזוי מע מישט אַרײַן די העברעיִשע און ייִדישע ווערטער. דער זעלבער פּרינציפּ איז געווען אין כּמעט אַלע ייִדישע שפּראַכן, אויך אין ייִדיש — בלויז אַ סך מער אַנטוויקלט. דערפֿאַר וואָלט ייִדיש־ענגליש געהאַט אַ גרויסע מעלה פֿאַר אַזאַ אויסשטעלונג, ווײַל די מערסטע באַזוכערס קענען דאָס פֿאַרשטיין.
די אויפֿלעבונג פֿון העברעיִש דורך די ציוניסטן פֿאַרדינט אויך מער פּלאַץ אין אַזאַ אויסשטעלונג. די געשיכטע דערציילט מען יאָ: מע זעט בן־יהודה מיט זײַן ווײַב, חמדה, מיט זײַן ווערטערבוך. פֿון דעסט וועגן, פֿאַרדינט די געשיכטע אַ ביסל מער חשיבֿות. די אויפֿלעבונג פֿון אַ טויטער שפּראַך — אָדער פֿון אַ שפּראַך וואָס מע רעדט שוין נישט — איז גאָר אַ זעלטענער אויפֿטו. דערווײַל האָט מען אויפֿגעלעבט אויך אַנדערע שפּראַכן, וואָס זענען געווען טויט אָדער אין אַ סכּנה פֿון אונטערגיין (למשל, האַוואַיִש און מאַאָרי) — אָבער קיין מאָל נישט מיט דער הצלחה ווי די ציוניסטן האָבן באַוויזן מיט העברעיִש. עבֿריתּ איז באמת אַ מין נס אין דער געשיכטע פֿון דער מענטשהייט, נישט נאָר פֿון די ייִדן. אַוודאי זענען פֿאַראַן גענוג ייִדן, וואָס האַלטן נישט פֿון עבֿריתּ, אַ מאָל צוליב לעגיטימע פּאָליטישע אָדער רעליגיעזע סיבות (אַ טייל חרדישע ייִדן, למשל.) אָבער אין אַן אויסשטעלונג וועגן ייִדישע שפּראַכן פֿאַרדינט זי אַ גרעסער אָרט.
The post An exhibit at Warsaw’s Polin Museum on the history of Jewish languages appeared first on The Forward.
Uncategorized
Exclusive: Israeli Officials Harshly Critical of Steve Witkoff’s Influence on US Policy on Gaza, Iran, i24NEWS Told
US Middle East envoy Steve Witkoff, Washington, DC, Jan. 20, 2025. Photo: REUTERS/Carlos Barria
i24 News – Amid growing disagreements with the Trump administration over the composition of the Board of Peace for Gaza and the question of a strike on Iran, officials in Israel point to a key figure behind decisions seen as running counter to Israeli interests: Special Envoy Steve Witkoff.
The officials mention sustained dissatisfaction with Witkoff. Sources close to the PM Netanyahu told i24NEWS on Saturday evening: “For several months now, the feeling has been that envoy Steve Witkoff has strong ties, for his own reasons, across the Middle East, and that at times the Israeli interest does not truly prevail in his decision-making.”
This criticism relates both to the proposed inclusion of Turkey and Qatar in Gaza’s governing bodies and to the Iranian threat. A senior Israeli official put it bluntly: “If it turns out that he is among those blocking a strike on Iran, that is far more than a coincidence.”
Uncategorized
EU Warns of Downward Spiral After Trump Threatens Tariffs Over Greenland
European Union flags flutter outside the EU Commission headquarters in Brussels, Belgium, on June 17, 2022. Photo: Reuters/Yves Herman
European Union leaders on Saturday warned of a “dangerous downward spiral” over US President Donald Trump‘s vow to implement increasing tariffs on European allies until the US is allowed to buy Greenland.
“Tariffs would undermine transatlantic relations and risk a dangerous downward spiral. Europe will remain united, coordinated, and committed to upholding its sovereignty,” European Commission President Ursula von der Leyen and EU Council President Antonio Costa said in posts on X.
The bloc’s top diplomat Kaja Kallas said tariffs would hurt prosperity on both sides of the Atlantic, while distracting the EU from its “core task” of ending Russia’s war in Ukraine.
“China and Russia must be having a field day. They are the ones who benefit from divisions among allies,” Kallas said on X.
“Tariffs risk making Europe and the United States poorer and undermine our shared prosperity. If Greenland’s security is at risk, we can address this inside NATO.”
Ambassadors from the European Union’s 27 countries will convene on Sunday for an emergency meeting to discuss their response to the tariff threat.
Uncategorized
Israel Says US Gaza Executive Board Composition Against Its Policy
FILE PHOTO: Displaced Palestinians shelter at a tent camp in Khan Younis, southern Gaza Strip, January 14, 2026. REUTERS/Haseeb Alwazeer/File Photo
Prime Minister Benjamin Netanyahu’s office said on Saturday that this week’s Trump administration announcement on the composition of a Gaza executive board was not coordinated with Israel and ran counter to government policy.
It said Foreign Minister Gideon Saar would raise the issue with US Secretary of State Marco Rubio.
The statement did not specify what part of the board’s composition contradicted Israeli policy. An Israeli government spokesperson declined to comment.
The board, unveiled by the White House on Friday, includes Turkish Foreign Minister Hakan Fidan. Israel has repeatedly opposed any Turkish role in Gaza.
Other members of the executive board include Sigrid Kaag, the U.N. special coordinator for the Middle East peace process; an Israeli‑Cypriot billionaire; and a minister from the United Arab Emirates, which established relations with Israel in 2020.
Washington this week also announced the start of the second phase of President Donald Trump’s plan, announced in September, to end the war in Gaza. This includes creating a transitional technocratic Palestinian administration in the enclave.
The first members of the so-called Board of Peace – to be chaired by Trump and tasked with supervising Gaza’s temporary governance – were also named. Members include Rubio, billionaire developer Steve Witkoff and Trump’s son-in-law Jared Kushner.
