Uncategorized
The Orthodox community in pre-war Czernowitz
די וואָך איז ניפֿטר געוואָרן הרבֿ מאיר מאָסקאָוויץ, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ אין 1927 — דאָס עלטסטע קינד פֿונעם שאָצער רבין, ר׳ אַבֿרהם חיים. ווי אַ בחור האָט ער זיך געלערנט אין אַ ישיבֿה אין וויזשניץ.

אין 1941 זענען די דײַטשן אַרײַן אין טשערנאָוויץ. ווי הרבֿ מאָסקאָוויצעס זון יואל האָט דערציילט אין אַן אַרטיקל אין 2012, האָבן די דײַטשן דערהרגעט דעם שאָצער רבין און אַנדערע ייִדישע קהילה־פֿירער, אַרײַנגעטריבן די ייִדן אין שאַרגאָראָדער געטאָ אין טראַנסניסטריע, און געשיקט דעם יונגן מאיר יעדן טאָג אויף צוואַנגאַרבעט. איין מאָל אויפֿן וועג צום אַרבעט־לאַגער איז ער אַנטלאָפֿן און אָנגעקומען אין דער רוסיש־אָקופּירטער טעריטאָריע, וווּ די „עלית הנוער“ באַוועגונג האָט אים על־פּי־נס אַרויסגעשמוגלט קיין ארץ־ישׂראל. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך דערוווּסט אַז זײַן מאַמע האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און וווינט אין ניו־יאָרק, האָט ער זיך דאָרטן באַזעצט.
אין 2010 האָב איך אינטערוויויִרט מאָסקאָוויצן פֿאַר דעם ווײַטערדיקן אַרטיקל וועגן די פֿרומע קרײַזן אין פֿאַר־מלחמהדיקן טשערנאָוויץ. איך האָב זיך באַקענט מיט אים דורך מײַן זון גדליה איידלמאַן, וואָס איז געווען זײַנער אַ תּלמיד. כּדי צו ווײַזן וואָס פֿאַר אַ מין מענטש הרבֿ מאָסקאָוויץ איז געווען, הערט די מעשה: גדליה האָט מיר דערציילט אַז פֿאַרן סוף־עקזאַמען האָט הרבֿ מאָסקאָוויץ געזאָגט די תּלמידים אַז זיי קענען ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס אין ענגליש אָדער לשון־קודש. האָט גדליה געפֿרעגט צי ער מעג דאָס מאַכן אויף ייִדיש. „זיכער,“ האָט מאָסקאָוויץ געענטפֿערט. האָט גדליה אַרײַנגעגעבן זײַן עקזאַמען, ציטירנדיק רשי און אַנדערע מפֿרשים אויף ייִדיש. מאָסקאָוויץ האָט אַזוי הנאה געהאַט דערפֿון אַז ער האָט געוויזן די ייִדיש־שפּראַכיקע דערקלערונגען צו זײַנע קאָלעגעס.
כּדי זיך צו דערוויסן מער וועגן הרבֿ מאָקאָוויצעס לעבן, אָט איז אַ ווידעאָ־רעקאָרדירונג פֿון זײַן לוויה.
[דער ווײַטערדיקער אַרטיקל איז לכתּחילה פּובליקירט געוואָרן דעם 26טן מאַרץ 2010]
* * *
געוויינטלעך ווען מע רעדט וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון דער שטאָט טשערנאָוויץ באַטאָנט מען איר וויכטיקייט ווי אַ צענטער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור.
וועגן איין אַספּעקט הערט מען כּמעט גאָרנישט: דאָס לעבן פֿון די פֿרומע ייִדן אין טשערנאָוויץ. ס׳איז טאַקע אַ שאָד, ווײַל אין יענער תּקופֿה האָבן אין דער שטאָט זיך געפֿונען נישט ווייניקער ווי פֿינף חסידישע רביס, האָט איבערגעגעבן הרבֿ מאיר מאָסקאָוויץ, דער טשערנאָוויץ־געבוירענער מחבר פֿון אַ בוך זכרונות אויף העברעיִש, „כזה ראה וקדש“ (אַזוי געזען און פֿאַרהייליקט).
הרבֿ מאָסקאָוויץ, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין 1927, איז יאָרן לאַנג געווען אַ תּנ״ך־לערער אין דער אָנגעזעענער ניו־יאָרקער ייִדישער מיטלשול רמ״ז. בעת אַן אינטערוויו מיטן פֿאָרווערטס אין זײַן דירה אויף איסט 82סטער גאַס, האָט ער דערציילט, אַז ער אַליין איז געווען דער זון פֿונעם שאָצער רבין. עס האָבן אין טשערנאָוויץ דעמאָלט אויך געוווינט פֿיר אַנדערע רביס: דער באָיאַנער רבי, ר׳ משה פֿרידמאַן; דער נאַדווערנער רבי, איתמר ראָזענבאַום; דער קיטעווער רבי, גראָסמאַן; דער זאַלישטשיקער רבי, האַגער און דער שאָצער רבי, ר׳ אַבֿרהם־חיים מאָסקאָוויץ. אַלע רביס זענען געווען קרובֿים, ווײַל אַלע האָבן געמאַכט שידוכים צווישן זיך.
יעדער רבי האָט געהאַט אַ הויף מיט חסידים, האָט הרבֿ מאָסקאָוויץ דערציילט, אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט די רביס, וואָס האָבן שבת און יום־טובֿ געטראָגן אַ שטרײַמל, האָבן די מתפּללים זיך שוין געהאַלטן פֿאַר „מאָדערנע מענטשן“ — האָבן זיי נישט געהאַט קיין באָרד אָדער פּאות, און זענען געקומען צום מנין טראָגנדיק אַ צילינדער און פֿראַק. הרבֿ מאָסקאָוויצעס אייגענע משפּחה האָט געוווינט אינעם זעלבן בנין פֿון דער שיל. „איך אַליין האָב געהאַט קליינע פּאהלעך,“ האָט ער צוגעגעבן.
הרבֿ מאָסקאָוויצס מאַמע, אַלטע־שיינדל, איז געווען אַ טאָכטער פֿונעם פּידײַעצער רבין, האָט זי געטראָגן אַ שייטל, אָבער זי, און די אַנדערע „רבישע קינדער“, ווי מע פֿלעג זיי רופֿן, זענען פֿאָרט געווען אונטער דער השפּעה פֿון דער מאָדערנער שטאָט. אין פֿאַרגלײַך מיט איר מאַן, וועלכער האָט גערעדט ייִדיש מיט די קינדער, האָט די רביצין גערעדט דײַטש. זי פֿלעג גיין אין טעאַטער, לייענען ייִדישע פּאָעזיע און געבן מענער די האַנט. מוטערס־טאָג האָט דאָס קליינע „מאירל“ איר געבראַכט בלומען, און סילוועסטער־נאַכט האָבן די רביצין און די אַנדערע פֿרויען פֿון רבישע היימען געפּראַוועט אַ שׂימחה.
„סילוועסטער זענען זיי געקומען צו אונדז אויפֿן צווייטן שטאָק, עלעגאַנט אויסגעפּוצט, און געגעסן און פֿאַרבראַכט שעהען לאַנג אין איינעם,“ האָט הרבֿ מאָסקאָוויץ דערציילט. און כאָטש קיין משקה האָבן זיי נישט געטרונקען, „האָבן די שנורן פֿונעם באַיאָנער רבין יאָ גערייכערט סיגאַרעטקעלעך.“
הרבֿ מאָסקאָוויץ געדענקט נאָך זײַן ערשטן טאָג אין חדר צו דרײַ יאָר. „מײַן טאַטע־מאַמע זענען קיין מאָל נישט געגאַנגען שפּאַצירן צוזאַמען, אָבער יענעם טאָג האָבן זיי מיר אָנגעטאָן נײַע קורצע הויזן, נײַע שיך און אַ נײַעם טלית־קטן, און ביידע האָבן מיך גענומען בײַ דער האַנט אין חדר אַרײַן. ווען מיר זענען אָנגעקומען האָט דער טאַטע מיך אַרומגענומען מיט אַ טלית און אַרײַנגעטראָגן. אויפֿן טיש איז מיט גרויסע גאָלדענע אותיות געווען אָנגעשריבן ׳מאירל׳. יעדעס מאָל וואָס איך האָב ריכטיק נאָכגעזאָגט ׳קמץ אלף אָ, קמץ בית באָ׳ איז אַראָפּגעפֿאַלן אַ האָניק־קיכעלע. כ׳האָב טאַקע געמיינט, ס׳איז פֿון הימל! אַזוי ווי סע שטייט אין משלי: לערנען תּורה איז אַזוי ווי האָניק און מילעך, זיס צו דער נשמה און ס׳היילט די ביינער.“
צו פֿינעף יאָר האָט מאירל אָנגעהויבן לערנען חומש. „ס׳איז געווען אין אַ שבת נאָכמיטאָג. משפּחה און פֿרײַנד און אַלע פֿינעף רביס זענען געקומען. מע האָט מיך געשטעלט אויפֿן טיש, כ׳האָב געטראָגן אַ ברוינעם סאַמעטענעם אָנצוג, און ביידע זיידעס האָבן מיר אָנגעטאָן גאָלדענע זייגערס אויף קייטן. דערנאָך האָט מען מיך געפֿרעגט: וואָס לערנסטו אין חומש?“
נאָכן פֿאַרהערן דאָס קינד האָט מען אָנגעהויבן טאַנצן און זינגען, עסן טאָרט און פּירות. אַלע רביס האָבן געטראָגן שטרײַמלעך, געזעסן און אויסגעטיילט שיריים. ער, מאירל, איז געזעסן צווישן ביידע זיידעס.
יעדן אינדערפֿרי האָט מאירל זיך געלערנט אין חדר, און דרײַ מאָל אַ וואָך איז ער נאָך מיטאָג געגאַנגען אין אַ ציוניסטישער העברעיִשער שול, „בית ספֿרי“. אין 1936 איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין וויזשניץ זיך לערנען אין דער וויזשניצער ישיבֿה. ער פֿלעג אַהיימקומען בלויז שבת־חנוכּה, פּסח און יום־טובֿ.
סוכּות אין טשערנאָוויץ געדענקט הרבֿ מאָסקאָוויץ זייער גוט. אַ גאַנץ יאָר האָבן די מענער און פֿרויען געגעסן צוזאַמען, אָבער סוכּות — נישט. די מאַמע האָט געבענטשט ליכט, געקומען אין סוכּה פֿאַר קידוש און המוציא, אָבער דערנאָך אַרײַן אין הויז, וווּ זי האָט פֿאַרבראַכט מיט די אַנדערע פֿרויען.
די סוכּה איז געווען אַ גרויסע; ווען דער טאַטע האָט געפֿירט טיש די צווייטע נאַכט סוכּות, לכּבֿוד דער שׂימחת־בית־השואבֿה, פֿלעגן אַרײַנקומען אין דער סוכּה 150 מענטשן. מ׳איז דאָרט אָבער נישט געשלאָפֿן. „ס׳איז געווען קאַלט, און אַ סכּנה.“
דעם שאָצער רביס הויז האָט אויך געדינט ווי אַן אכסניה פֿאַר די רביס פֿון די אַרומיקע שטעטלעך, ווען זיי האָבן געמוזט קומען קיין טשערנאָוויץ זען אַ דאָקטער. די פּשוטע אַרענדאַרן פֿלעגן אויך קומען, כּדי צו זען זייער רבין. „זיי זענען געווען פּשוט אָנגעטאָן — עמך — געטראָגן שטיוול, און געבראַכט פּירות אַ מתּנה דעם רבין.“
אָפֿט פֿלעגן די גײַסטיק קראַנקע קומען צו זייער טיר בעטן נדבֿות. „איינער, פֿישעלע, פֿלעג זאָגן מײַן מאַמען, ׳איך האָב דיך ליב!׳ — זי איז געווען אַ שיינע פֿרוי — פֿלעג מען אים אַרײַננעמען אין הויז, און מע האָט אים געגעבן דאָס זעלבע שפּײַז, וואָס מיר האָבן געגעסן.“
עוואַ מאַרדער בענדער, אַן אײַנוווינערין פֿון בראָנקס, נ״י, איז אויך געבוירן געוואָרן אין אַ פֿרומער משפּחה אין טשערנאָוויץ, אין 1927, אָבער איר איבערלעבונג איז געווען אַ גאַנץ אַנדערע ווי בײַ הרבֿ מאָסקאָוויץ. „דער טאַטע איז געווען אַ ציוניסט און אַ מיזרחיסט,“ האָט זי געזאָגט.

אויף דער גאַס האָט דער טאַטע, בערל מאַרדער געטראָגן אַ קאַפּעליוש, און אונטער דעם — אַ יאַרמלקע. בײַם באַגריסן זיך מיט מענטשן פֿלעג ער אַראָפּנעמען דאָס היטל, אָבער נישט די יאַרמלקע; די מאַמע, אסתּר, האָט געטראָגן אַ היטל, נישט קיין שייטל. „מיר זענען נישט געווען אַזוי פֿאַנאַטיש,“ האָט זי געזאָגט. „מיר זענען דאָך געווען אונטערן אײַנפֿלוס פֿון דער עסטרײַכישער קולטור.“
ווי אַ מיידל איז עוואַ, אַוודאי, נישט געגאַנגען אין חדר; די ערשטע פֿיר קלאַסן האָט זי זיך געלערנט אין אַ העברעיִשער, ציוניסטישער טאָגשול, „שׂפֿה איבֿריה“. נאָכן ענדיקן די שול האָט זי צוויי יאָר לאַנג שטודירט אין „גימנאַזיע האָפֿמאַן“, אַ שטאָטישער לערן־אַנשטאַלט פֿאַר מיידלעך, און דערנאָך — ווען די רוסן האָבן איבערגענומען בוקאָווינע — איז זי אַריבער אין דער ייִדישער שול, וווּ ס׳רובֿ פֿון די קינדער זענען געווען פֿון וועלטלעכע משפּחות. הגם די קלאַסן זענען אָנגעגאַנגען זעקס מאָל אַ וואָך, אַרײַנגערעכנט שבת, האָבן די פֿרומע תּלמידים נישט געדאגהט. „שבת האָבן מיר נישט געשריבן,“ האָט זי געזאָגט. די פּראָבלעם איז אָבער געווען מיט די עקזאַמענס, וועלכע זענען אַלע פֿאָרגעקומען שבת.
„מיר, די פֿרומע תּלמידים, האָבן טאַקע געליטן פֿון דעם, ווײַל מע פֿלעג אונדז מאַכן דעם עקזאַמען זונטיק אָדער מאָנטיק און בכּיוון פֿרעגן שווערערע פֿראַגעס. עטלעכע פֿון די לערער זענען געווען ייִדישע, אָבער זיי זענען געווען נאָך ערגער ווי די רוסן. זיי האָבן געוואָלט, אַז מיר זאָלן פֿאָרשן וואָס עס קומט פֿאָר אין שטוב און מסרן די עלטערן. מיר האָבן זיך נישט נאָכגעגעבן, זענען זיי געוואָרן זייער אויפֿגערעגט.“
פּסח פֿלעג דער מאַמעס טאַנטע, וואָס האָט געוווינט נישט ווײַט פֿונעם שאָצער רבין, קומען אויפֿן גאַנצן פּסח. „די גאַנצע צײַט האָט זי בלויז געשיילט קאַרטאָפֿל און מערן, מערן און קאַרטאָפֿל… דאָס איז געווען איר אויפֿגאַבע. און מיר, מיידלעך, האָבן נישט אַרויסגעהאָלפֿן, תּמיד זיך געשפּילט.“
זי פֿלעג שפּילן אין באַל אָדער אין שאַך — סײַ מיט מיידלעך, סײַ מיט ייִנגלעך, סײַ מיט פֿרומע, סײַ מיט פֿרײַע — „ווער ס׳איז נאָר געווען אין גאַס. ס׳האָט נישט אויסגעמאַכט ווײַל אין אונדזער געגנט זענען אַלע געווען ייִדן, בלויז די ׳סופּערס׳ (סטרוזשן) זענען נישט געווען קיין ייִדן.“
רעדנדיק מיטן פֿאָרווערטס האָט פֿרוי בענדער זיך דערמאָנט אין אַן אינצידענט פֿון די קינדער־יאָרן, וואָס האָט איר שטאַרק וויי געטאָן. יעדעס יאָר פֿלעג זי אַרויסקוקן, אַז דער זון פֿונעם מילניצער רבין זאָל קומען פֿון גאַליציע, כּדי מיטצופֿאָרן מיט די רביס און אַנדערע ייִדן אויף קבֿר־אָבֿות. עוואַס טאַטע פֿלעג זי אויך מיטנעמען. מע האָט אײַנגעשפּאַנט די פֿערד־און־וועגענער, און געפֿאָרן צום סאַדיגערער רבין.
„דאָס פֿאָרן האָט גענומען עטלעכע שעה, און ס׳איז געווען זייער שיין און לעבעדיק. מ׳איז געגאַנגען אויפֿן בית־עולם, און שפּעטער האָט מען געמאַכט אַ סעודה.“ ווען עוואַ איז געוואָרן אַכט יאָר אַלט, האָט דעם מילניצער רבינס זון אָבער אָנגעזאָגט איר טאַטן, אַז אַ מיידל אין אירע יאָרן טאָר מער נישט פֿאָרן, האָט זי געמוזט בלײַבן אין דער היים. „כ׳בין געווען זייער אויפֿגערעגט,“ האָט פֿרוי בענדער באַמערקט.
פֿון דעם וואָס הרבֿ מאָסקאָוויץ און פֿרוי בענדער האָבן אַזוי פּרטימדיק איבערגעגעבן, איז קלאָר, אַז טשערנאָוויץ איז נישט געווען אַ שטאָט פֿון בלויז סעקולערע ייִדן. הגם די ווינטן פֿון מאָדערנקייט און אַסימילאַציע האָבן זיכער משפּיע געווען אויף די פֿרומע קרײַזן, און אַרײַנגעבראַכט דאָס דײַטשישע לשון און עלעמענטן פֿון דער אַרומיקער קולטור, האָבן זיי ווײַטער אָפּגעהיט די מיצוות און אָנגעהאַלטן די טראַדיציעס, אויף ווי ווײַט עס האָט זיך געלאָזט.
The post The Orthodox community in pre-war Czernowitz appeared first on The Forward.
Uncategorized
For poet Velvl Chernin, life is interwoven with the sword
אַז אַ פּאָעט באַטיטלט זײַן נײַ בוך „לעבן מיט אַ שװערד“ איז שׂכלדיק צו שטעלן צװײ פֿראַגעס: װעמענס לעבן, און װעלכע שװערד?
אין דער פּאָעזיע־קריטיק איז מען אָפֿט מאָל פֿאָרזיכטיק אַװעקצושטעלן אַ קלאָרן אונטערשײד צװישן דעם נאַראַטאָר פֿון די לידער, דאָס הײסט, דאָס קול, װאָס רעדט, און דעם פּאָעט אַלײן, דעם בעל־מחבר. דער נאַראַטאָר פֿון די לידער איז נישט גלאַט אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דיכטער. (אַ באַרימטער בײַשפּיל: שעקספּירס סאָנעטן זײַנען נישט אַ פֿאַרצײכענונג פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע, נאָר אַ נאַראַטיװ פֿון אַ פֿיקטיװן פּאַרשױן.)
מע קען אָבער אַ מאָל זײַן צו מדקדק וועגן דעם. אין דעם דאָזיקן בוך, איז קלאָר אַז דער הױפּט־נאַראַטאָר פֿון די לידער איז מער װײניקער דער זעלבער װאָס זײַן נאָמען געפֿינט זיך אױפֿן שער־בלאַט: װעלװל טשערנין, אַ באַקאַנטער פּאָעט, רעדאַקטאָר, אַרױסגעבער, און גרינדער פֿון זשורנאַל „ייִדישלאַנד“ װאָס װױנט כּמה יאָרן אין כּפֿר־אלדד, א קאָלאָניע אױפֿן מערבֿ־ברעג.
װי באַװוּסט איז ער אַ געבױרענער אינעם געוועזענעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, געאַרבעט אין רעדאַקציע „סאָװעטיש הײמלאַנד,“ געװען (אומלעגאַל) דאָרטן אַקטיװ װי אַ ציוניסט, און דערנאָך עולה געװען אין 1990. דאָס דאָזיקע בוך איז זײַן זעכצנטע. קײן ביכל איז דאָס נישט; ס׳איז אַ װאָגיק באַנד פֿון 200 זײַטלעך. דער לעצטער אָפּטײל פֿון בוך נעמט אַרײַן געשליפֿענע, שאַרפֿע איבערזעצונגען פֿון פֿאַרשײדענע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט אוקראַיִניש, שפּאַניש, העברעיִש און רוסיש.
טשערנין, מיט אײן װאָרט, איז אַ פּאָעט אַ רעליגיעזער ציוניסט, אַ קאָלאָניסט אױפֿן מערבֿ־ברעג, און אַ כּלל־טוער אין דער ייִדישער ליטעראַרישער װעלט. ער פֿירט אױך אַן אינטערנאַצינאַל לעבן. אַ סך פֿון די דאָזיקע לידער טראָגן די נעמען פֿון אײראָפּעיִשע שטעט, און די באַציִונג צװישן אײראָפּע און ישׂראל, דורך די אױגן פֿון אַ רוסישן ייִד אַן עולה, גיט צו אַ פֿאַרשידן־מיניקײט צו דער זאַמלונג. אַזאַ, אין סך־הכּל, איז טשערנין, און אַזאַ איז דאָס „לעבן“ פֿון טיטל.
װאָס איז ער אױסן אין דעם בוך? מיט דעם דאַרף מען אָנקוקן די „שװערד“ פֿונעם טיטל. כאָטש מער װײניקער אַ דריטל פֿון בוך איז אָנגעשריבן געװאָרן נאָך פֿאַרן גורלדיקן ייִדישן יאָר תּשפּ״ג, און פֿאַרן כאַמאַס־אַטאַק פֿון זיבעטן אָקטאָבער, איז דער צענטער און אױסגאַנגפּונקט פֿונעם בוך, װי אַ גאַנצקײט, יענער אַטאַק, און װי אַזױ דער לירישער איך פֿונעם פּאָעט רעאַגירט דערױף.
לױט טשערנין איז דאָס לעבן איצט געקניפּט און געבונדן מיט דער שװערד. כאָטש ער פֿילט זיך געריסן, האַלט ער אױך אַז דאָס פּרוּװן פֿונאַנדערטײלן לעבן און שװער איז נאַיִװ.
און דו וועסט לעבן מיט דײַן שווערד, אויב דו וועסט לעבן.
אַלטערנאַטיוועס זײַנען וויזיעס, ניט מער.
ס׳איז צו געפֿערלעך צו אַ שלום חְנוניש שטרעבן.
דעם פֿאַקט דערווײַזן איז לעת־עתּה גאָר ניט שווער.
עס זײַנען קעגן דיר די הענט כּמעט פֿון אַלע.
עס מוז אויף אַלעמען זײַן דײַן ברוטאַלע האַנט.
די ווערטער זײַנען אַ נבֿואה אַ באַנאַלע,
וואָס ווערט מקוים, כאָטש דו קלאַפּסט זיך קאָפּ אין וואַנט.
בודאַפּעשט תּשפּ״ד
מע מוז זײַן ברוטאַל, לױט טשערנין. די שװערד װעט מען האַלטן נישט נאָר װי אַ דערװײַליקע נײטיקײט, נאָר אין אַ װיזיע פֿון אַחרית־הימים, װי ער רעכנט אױס אין זײַן ליד „גמר חתימה טובֿה“:
עס וואַרטן פֿאַרבלוטיקטע שווערדן
אויף ריינער ווי אמת נעילה
אין הימלען אויף ימען אויף ערדן
בלוט שפּריצט דורך און דורך די לידער. דאָס זײַנען אַװדאי די מחשבֿות פֿון אַ יחיד בימי מלחמה. דער ליריקער איז דאָך אַן אינדיװידועל, װיל מען הערן זײַנע געדאַנקען. אַ מלחמה־בוך אָן בלוט װאָלט נישט געװען אַקוראַט.
װידער קערט מען זיך צוריק צום טיטל. „לעבן מיט אַ שװערד“: איז נאָר פֿאַראַן אײן לעבן מיט אַ שװערד? װער געפֿינט זיך אױפֿן צװײטן עק שװערד?
מע זעט נישט און מע הערט נישט פֿון קרבנות, פֿון די פֿאַרשניטענע. דאָס װאָרט פּאַלעסטינער װערט דאָ נישט דערמאָנט, דאָס װאָרט „אַראַבער“ אױך נישט.
טשערנין קען מען פֿאַרגלײַכן מיט אַן אַנדער פּאָעט, אַ גדול פֿון אונדזער ליטעראַטור, װאָס האָט געהאַלטן פֿון ייִדישער סופּרעמאַטיע און פֿון אומגעצאַמטן כּוח פֿון ייִדישער שװערד פֿעסט אין דער האַנט קעגן גױשע שׂונאים. אורי צבֿי גרינבערג האָט אָבער בפֿירוש דערמאָנט די שׂונאים און געטײלט זיך מיט זײַן קלאָרער װיזיע פֿון דער װעלט. טשערנין בלײַבט אײַנגעשלאָסן אין זײַנע אײגענע בלוטיקע דלתּ אמות.
אַ ליריקער װאָס לאָזט אױס האַלב פֿון דער מלחמה באַגײט נישט נאָר אַ מאָראַלישע נאָר אױך אַן עסטעטישע עוולה. װעמען הרגעט די שװערד? פֿאַר װאָס זעט מען נישט די מתים אױף דער דאָזיקער קאַנװע פֿון קריג?
ס׳איז אַקוראַט און נײטיק אָנצורופֿן טשערנין בײַם נאָמען: אַ טאַלאַנטירטער פּאָעט, אַ געשיקטער איבערזעצער פֿון פֿיל שפּראַכן, אַ שטיצער און דערמעגלעכער פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער ליטעראַטור — און אױך אַזאַ װאָס איז גרײט מקריבֿ צו זײַן יענעם.
עס שמעקט די לופֿט מיט הייסן שטויב,
וואָס בלײַבט דעם זיגער פֿון זײַן רויב.
איך האָב געזיגט. עס טוט מיר באַנג.
אַלץ ווערט צעשטערט. אַ שיינעם דאַנק.
דער דאָזיקער בולטער רמז אױף סוצקעװערס „װאָס װעט בלײַבן“ איז אױך אַן אָנװוּנק אױף דער מאָס פֿון דער טראַגעדיע װאָס דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט אַדורכגעלעבט מיטן זיבעטן אָקטאָבער, און װאָס װערט דאָ פֿאַרטײַטשט פֿון טשערנין.
לױטן דאָזיקן פּאָעט איז דער מוסר־השׂכּל אַ בלוטיקער, אױף אײביק, כאָטש מיט ספֿקות און אינערלעכע קאָנפֿליקטן. ס׳איז אַ לירישער אַפּאָקאַליפּסיס אין אַ הערמעטישן קאַמער.
עס קען זײַן אַז מיט דעם שטעלט זיך פֿאָר די צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע, בלוט און שװערד, בשעת אַלע אַלטערנאַטיװן װערן טאַקע צעשטערט. װעמען זאָל מען באַדאַנקען?
The post For poet Velvl Chernin, life is interwoven with the sword appeared first on The Forward.
Uncategorized
5 important questions for Abdul El-Sayed
Abdul El-Sayed’s narrow victory in the Michigan Democratic primary means he’s going to have to work hard to persuade skeptical liberal Michigan voters.
I’m not from Michigan, but I am liberal. And I am skeptical.
I appreciate El-Sayed’s political skills and his relentless focus on the health and economic disparities that undermine the American dream for so many.
But while many Jewish Michiganders supported El-Sayed, his narrow victory over Rep. Haley Stevens has many other Michigan Democratic voters worried. It’s “ridiculous” that Democratic Jews wouldn’t vote for El-Sayed based on his positions on Israel, former Rep. Andy Levin told the Forward, but I’m not sure El-Sayed’s views on Israel are the main concern.
“If he wants to be senator of a state that has such a large Jewish population,” Halie Soifer, CEO of the Jewish Democratic Council of America, told JTA, “he must demonstrate an ability to stand with that community as we face the rise of antisemitism.”
Many of El-Sayed’s comments and actions during the primary cast that support into doubt. Here are the five questions I’d like to see Michiganders put to him:
You said, “Hurt people hurt people.” Do you also believe that enraged people hurt people?
After a man whose family members were killed in an Israeli airstrike in Lebanon attacked children at a West Bloomfield, Michigan synagogue, you said, “Hurt people hurt people.” You said you were explaining the act of terror, not excusing it. But we know too that incendiary rhetoric also foments violence. The Egyptian man who attacked Jews at a peaceful march in Boulder, Colorado, in June 2025 screamed anti-Israel political phrases and said he targeted the group because he believed they were “Zionists.” You have called Israel “evil” like Hamas, “bloodthirsty,” and you singled out AIPAC as uniquely nefarious and powerful among all influence groups in the country. Doesn’t such rhetoric endanger the lives of constituents you claim you want to protect? After extremists attempted to kidnap Michigan Gov. Gretchen Whitmer in 2020, you accused President Donald Trump of inciting them via tweet. Will you cool your own rhetoric?
Is there any circumstance you would vote to send military aid to Israel?
Oct. 7, 2023 was supposed to be an all-out war. Hamas along with Hezbollah in Lebanon, Iran and the Houthis discussed striking Israel in unison, and could have. In such a scenario, as in the October 1973 war, Israel would have faced many thousands of casualties if not an existential threat as it quickly exhausted its defensive shield. Now imagine you were in the Senate during such a scenario. Would you have voted to send help to an ally? You said you supported sending military aid to Ukraine when it faced invasion. Why not Israel in a similar scenario?
How would you work toward a two-state solution?
You told CNN that every definition of a Jewish state “ends up in some articulation of illiberal values, every single one.” You told The New Yorker that you support a two-state solution with equal rights and self-determination for Israeli Jews and Palestinians — which is a mainstream liberal Zionist position. So explain: What’s so illiberal about a Jewish-majority state you support? And do you believe in it enough to work toward one?
Is money really the only reason politicians and others support Israel?
You accused Israel’s supporters in Congress of being motivated solely by money. Is there really no other possible reason? Until Israel’s post-Oct. 7 destruction of Gaza, a majority of Americans and the vast majority of American Jews supported Israel. Couldn’t congressional support reflect their constituents’ support or their own religious or political beliefs? Could they believe in Jewish self-determination, especially post-Holocaust? Or is support for a Jewish state only a function of Jewish money (see #1)?
Which do you care about more, the Jewish vote, or Hasan Piker?
The Twitch streamer Hasan Piker said Hamas is “a thousand times better” than Israel. He called a Jewish man a “bloodthirsty violent pig dog.” You defended your appearance with Piker by saying you needed to reach his three million followers. I get that: Hillary Clinton and Kamala Harris helped tank their campaigns by refusing to engage young voters wherever they could. But you continued to campaign with Piker, and refused to disavow his extreme rhetoric, saying you wouldn’t be distracted by “cancel culture.” No one is asking you to cancel him. But why won’t you, at least, confront him on his rhetoric?
There is, as you and countless pundits have pointed out, a lot at stake in this election. Right now too many American Jews feel that one of those things is their own safety. Please answer these questions, Dr. El-Sayed.
,
The post 5 important questions for Abdul El-Sayed appeared first on The Forward.
Uncategorized
Sing to me, Muse, of two Moshes and their Odysseys!
If you have read any one of the at least 60 English translations of Homer’s Odyssey or have seen Christopher Nolan’s new Odyssey movie, then you are probably aware that Odysseus leads a more active life than the average person. As if living through the Trojan War weren’t hard enough, he blinds the cyclops Polyphemus and gets cursed by Poseidon with epically bad weather. His men are regularly transformed into pigs, picked off by Laestrygonian giants, and drowned in storms. The nymph Calypso detains him on her island for seven years and forces him to be her lover, (although whether this counts as a hardship depends on your perspective). The man of twists and turns has seen a lot. But he probably never predicted his story would be translated into Yiddish. Or Ladino.
At first, the parallel lives of the two men who translated The Odyssey into Yiddish and Ladino sound like the makings of a sphinx’s riddle, or a cryptic prophecy from the Oracle at Delphi: both men would be called “Moshe”; both would be alive at the beginning of the Holocaust; only one would survive to the end. Their names were Moshe Leyb Pitshenik (1895 – 1941) of the Odiseye (אָדיסייע) and Moshe Ha-Elion (1925-2022) of La Odisea.
The two men never met, yet there are unexpected rhymes between the lives of the Moshes, as if their lives were composed in the same meter. Not even a photo survives of scholar, writer and translator Moshe Leyb Pitshenik, but the Congress for Jewish Culture records that he was born in Zlotshev, eastern Galicia, now Ukraine. He spent his whole life traveling various pathways to erudition. As a child, he attended a religious elementary school and a small synagogue study hall before working as a bank employee in Vienna. The corporate life must not have been for Pitshenik, for he soon moved back to Poland and enrolled in a teachers’ seminary. He spent the rest of his life as a teacher and director at the local Jewish high school in Loyvitsh (Łowicz), writing ferociously on the side.

His poems, articles, short stories, and translations appeared in publications in Krakow, Warsaw, Łodz, and Vilna. Occasionally he would publish under pen names like “A Zaytiker,” an outsider, and “Nekhed Mohel,” which translates to “the grandson of the mohel (ritual circumciser),” but sounds suspiciously like something else.
In 1937, he pulled off his translational tour de force: the Odiseye, so literally epic an achievement that he won an award from the Yiddish PEN Club, the Yiddish branch of the PEN international network with epicenters in Warsaw, Vilnius and New York City. In the book’s introduction, fellow poet and translator Shloyme Shaynberg gave Pitshenik a hearty mazal tov for “anchoring one of Homer’s magical ships on our shores.”
But the time to celebrate ran short. Just two years after the Odiseye’s publication, the Nazis invaded Poland, confining Pitshenik and thousands of other Jews in the Łowicz ghetto. He had been working on an original epic poem in ancient Greek at the time of the invasion. Had he been allowed to finish it, the poem would have been the first original ancient Greek epic to be published since the 5th century C.E. In 1941, he was led into the Kazimierz Forest and murdered, leaving the poem unfinished.
Pitshenik was already 30 years old when Moshe Ha-Elion, his Sephardic counterpart, was born in Thessaloniki in 1925. Like Pitshenik, Ha-Elion studied at a Jewish primary school before receiving a secular education, discovering The Iliad and The Odyssey in ancient Greek during junior high. Ha-Elion was 16 when the Nazis invaded Thessaloniki, he recounts in his oral history for the United States Holocaust Museum. Two years later, in 1943, Ha-Elion and his mother, sister, and grandparents boarded freight wagons believing that they would be resettled in Poland. But these wagons were headed for Auschwitz. On arrival, every member of Ha-Elion’s immediate family was sent to the gas chambers but him.
For the next 21 months, Ha-Elion labored in Auschwitz. Teaching became his lifeline: He gave Greek lessons to a Christian prisoner with special privileges in exchange for food. In 1945, as the Allies approached, the Nazis transferred Ha-Elion and thousands of other prisoners to concentration camps in Austria. The hunger, Ha-Elion recalled later in an interview with El Mundo, was so unbearable that he ate train coal to survive.
After the liberation of the camps, Ha-Elion entered mandatory Palestine on a refugee ship. He fought in the 1948 Arab-Israeli War and earned a B.A. and an M.A. in Humanities at the University of Tel Aviv. Like Pitshenik, he spent the rest of his life stirring up a tornado of writing across genres: He wrote a memoir of his time in the camps, a book of autobiographical poems in Ladino entitled En Los Kampos de la Muerte, or In the Death Camps, and even music to accompany one of these poems, La Djovenika al Lager (The Young Girl in the Lager), about the murder of his sister Nina.
But it was not until the end of his life that Ha-Elion undertook his translation of The Odyssey. When Ha-Elion was 90, he and the Israeli poet Avner Peretz published a Hebrew and Ladino dual translation of The Odyssey. He even managed to keep the poem in dactylic hexameter, a line-for-line Ladino mirror of the ancient Greek epic.
There are strange reflections of each Moshe in the Odysseys that they translated. For Pitshenik, the story seems omen-like: In the poem’s first line, Pitshenik translates the first adjective to describe Odysseus, polútropon, as the Yiddish word farvoglt, or “far from home.” This is unusual. English translators usually style Odysseus as “cunning” or a “man of twists and turns” or just downright “complicated.” It is as if Pitshenik read the signs of his own coming displacement in Odysseus before he read them in himself. But the translation’s strange prescience deepens just a few words later. Odysseus, Pitshenik says, participated in the “khurboynes” of holy Troy. At the time Pitshenik wrote this, a “khurbn” meant a total, cataclysmic destruction. It was reserved to describe horrors like the destruction of the first and second Temples and pogroms in Russia during World War I. But Pitshenik could not have known then that the word “Khurbn” would one day be used as a metonym for the approaching Holocaust. In Pitshenik’s translation, far-from-home Odysseus would survive a “khurbn” and find his way back. But Pitshenik himself never did.
For Ha-Elion, The Odyssey is like another form of autobiography. Like Odysseus, he was flung far from home by war, and spent the rest of his life trying to find his way home — or some place that felt like it. If translation is the process of rendering something foreign into something familiar, then perhaps translation is an attempt at homecoming in itself. Pitshenik and Ha-Elion never returned to their homes again after the War. But in the Odiseye and La Odisea, a piece of home survives. And it sounds like this:
Kontame, Muza, del ombre astuto…
O Muze! Bazing mir di maysim fun farvogltn gvir…
Sing to me of the man, Muse, the man of twists and turns!
The post Sing to me, Muse, of two Moshes and their Odysseys! appeared first on The Forward.

