Uncategorized
What’s missing in our Jewish high schools
ווען איך בין געווען אַ קינד אין די 1960ער און 70ער יאָרן זענען געווען גאָר ווייניק טאָגשולן פֿאַר ייִדישע קינדער. האָבן ס׳רובֿ משפּחות געשיקט די קינדער אין די עפֿנטלעכע שולן, און ווי אַ צוגאָב — אין אַ תּלמוד־תּורה אָדער ייִדישער נאָכמיטאָג־שול צו קריגן אַ ביסל ייִדישע בילדונג.
הײַנט זענען אָבער דאָ אַ סך ייִדישע טאָגשולן, פֿון פּראָגרעסיווע ביז חרדישע. אין דעם אַרטיקל וועל איך זיך קאָנצעטרירן אויף די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע מיטלשולן, כאָטש מע וואָלט עס געקענט אויך ווענדן אויף אַלע שולן וואָס שטרעבן אײַנצופֿלאַנצן אין די תּלמידים אַ טיפֿע פֿאַרבינדונג מיט זייערע ייִדישע וואָרצלען.
אין 2013 האָט דער „פּיו‟־פֿאָרום פּובליקירט די רעזולטאַטן פֿון אַן אַרומנעמיקער שטודיע וועגן די אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס האָט באַוויזן, שוואַרץ אויף ווײַס, עטלעכע בפֿירושע טענדענצן אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה. איינס פֿון די געפֿינסן איז געווען דער ממשותדיקער וווּקס פֿון דער אָרטאָדאָקסישער באַפֿעלקערונג, בפֿרט אין ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי.
איין סיבה פֿאַרן וווּקס, האָבן די פֿאָרשער משער געווען, איז ווײַל 48% אָרטאָדאָקסישע ייִדן האָבן פֿיר אָדער מער קינדער, בעת בלויז 9% אַנדערע ייִדישע עלטערן האָבן גרויסע משפּחות. אַ צווייטע סיבה: 98% אָרטאָדאָקסישע ייִדן האָבן אַ ייִדישן מאַן אָדער פֿרוי, בעת בײַ די קאָנסערוואַטיווע ייִדן האָבן 73% אַ ייִדישן זיווג, און בײַ רעפֿאָרם־ייִדן — 50%. אַ קינד וואָס ווערט דערצויגן בײַ צוויי ייִדישע עלטערן וועט געוויינטלעך זיך גיכער אידענטפֿיצירן ווי אַ ייִד איידער איינס בײַ וועמען איינער פֿון די עלטערן איז נישט קיין ייִד.
דער פּועל־יוצא פֿון דעם אַלץ איז אַז די ייִדישע טאָגשולן און מיטלשולן, בפֿרט די אָרטאָדאָקסישע, האָבן הײַנט מער תּלמידים ווי זיי האָבן ווען אַ מאָל געהאַט. עלטערן פֿון די פֿרומע שולן האָפֿן אַז דורכן שיקן די קינדער אַהין וועלן זייערע קינדער קריגן אַ געראָטענע ייִדישע בילדונג און במילא פֿאַרבלײַבן פֿרומע ייִדישע קינדער.
נישט תּמיד אַרבעט זיך עס אָבער אויס אַזוי. הינטער די קוליסן שושקען זיך די עלטערן, לערער און שול־דירעקטאָרן — גיכער בײַ די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע מיטלשולן איידער בײַ די חרדישע — וועגן אַן אָנגעווייטיקטן ענין: נישט געקוקט אויף זייערע גרעסטע באַמיִונגען, גייען געוויסע גראַדואַנטן פֿון די מיטלשולן „אַראָפּ פֿון דרך‟; דאָס הייסט — זיי היטן מער נישט קיין פֿרום לעבן.
ווען איך רעד וועגן דעם ענין מיט נישט־רעליגיעזע מענטשן, סײַ ייִדן סײַ נישט־ייִדן, וועלן זיי אָפֿט קוועטשן מיט די אַקסלען און זאָגן: „וואָס איז דאָ דער חידוש? מיר וווינען אין אַ פֿרײַער געזעלשאַפֿט, וווּ קינדער קענען אויסקלײַבן זייער אייגענעם לעבן־שטייגער. אויב דאָס קינד איז צופֿרידן מיטן לעבן וואָס ער האָט פֿאַר זיך אויסגעקליבן, דאַרפֿן די עלטערן אויך זײַן צופֿרידן.‟
ענטפֿער איך זיי, אַז ווען עלטערן גלייבן שטאַרק אין אַ געוויסער אידעאָלאָגיע, איז נאַטירלעך אַז זיי וועלן אַנטוישט ווערן אויב זייער קינד וואַרפֿן עס אָפּ. אַ מאַמע וואָס איז, למשל, זייער איבערגעגעבן צו געוויסע פּראָגרעסיווע אידעאַלן, וואָס מאַרשירט מיט אירע פֿרײַנד אויף פּאָליטישע דעמאָנסטראַציעס און ברענגט אַפֿילו מיט איר קינד — וועט זיכער אַנטוישט ווערן אויב דאָס קינד שליסט זיך שפּעטער אָן אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי. בײַ איר וואָלט דאָס אויך געהייסן אַז ער איז „אַראָפּ פֿון דרך‟.
די סיבות פֿאַר וואָס אַ קינד פֿון אַ פֿרומער היים וואָלט פֿאַרלאָזט אַזאַ לעבן־שטייגער זענען אָפֿט זייער קאָמפּליצירטע און אַ רעזולטאַט פֿון עטלעכע פֿאַקטאָרן. דורך מײַנע אייגענע שמועסן מיט מיטלשול־גראַדואַנטן האָב איך אַנטדעקט פֿיר מעגלעכע סיבות דערפֿאַר:
- נאָכן גראַדויִרן, פֿאָרט דער סטודענט אַוועק שטודירן אין אַ סעקולערן קאָלעדזש און דאָרט דערפֿילט ער אַז דאָס רעליגיעזע לעבן האַלט אים אָפּ פֿון זיך אויסלעבן ווי אַ פֿרײַער פֿויגל (ענלעך צום ייִנגל וואָס באַשרײַבט די דערשטיקנדיקע ליבשאַפֿט פֿון דער מאַמען אין איציק מאַנגערס ליד, „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟).
- ער אָדער זי גלייבט נישט אין גאָט און זעט דערפֿאַר נישט קיין זינען אין היטן די מיצוות.
- ער אָדער זי האָט געליטן פֿון אַן אומגליקלעך משפּחה־לעבן און האָט דערפֿאַר נעגאַטיווע אַסאָציאַציעס מיט דער משפּחה, אַרײַנגערעכנט איר פֿרומקייט,
- ער אָדער זי איז „גיי‟ (האָט ליב דעם זעלבן מין) און פֿילט זיך אַרויסגעשלאָסן פֿונעם פֿרומען ציבור צוליב דער תּורהס פֿאַרווערן אַזוינע באַציִונגען.
שטעלט זיך די פֿראַגע: איז דאָ עפּעס וואָס די מיטלשולן וואָלטן געקענט טאָן פֿאַר יענע תּלמידים איידער זיי פֿאַרלאָזן דאָס רעליגיעזע לעבן? אויב מע האָט שוין אויסגעפּרוּווט אַלע קירובֿ־מיטלען און עס העלפֿט ווײַטער נישט, זאָל מען זיך פּשוט אונטערגעבן? איך האַלט אַז ניין. יעדעס קינד וואָס גראַדויִרט פֿון אַ ייִדישער מיטלשול, וואָלט געדאַרפֿט אַרויסקומען ווי אַ שטאָלצער ייִד, אַפֿילו אויב ער דריקט עס אויס אויף אַ נישט־רעליגיעזן אופֿן. און טאַקע דערפֿאַר דאַרפֿן די שולן אַנטוויקלען די ייִדישע אידענטיטעט פֿון די תּלמידים נישט בלויז אינעם רעליגיעזן זינען אָבער אויך אינעם נאַציאָנאַל־קולטורעלן.
איין אופֿן, וואָס ס׳רובֿ טאָגשולן טוען שוין, איז דורכן פֿאַרשטאַרקן די קינדערס אידענטיפֿיקאַציע מיט מדינת־ישׂראל. דאָס העלפֿט אויב דער בחור אָדער מיידל וועט שפּעטער טאַקע עולה זײַן. אין דער אמתן אָבער וועלן ס׳רובֿ תּלמידים זיך נישט באַזעצן אין ישׂראל, אַזוי אַז דאָס אַליין איז נישט קיין לייזונג.
וואָס מע דאַרף יאָ טאָן איז לערנען דעם תּלמיד די פֿילפֿאַרביקייט פֿון זײַן ייִדישן אָפּשטאַם, וואָס בײַ ס׳רובֿ ייִדן אין אַמעריקע איז דאָס אַ מזרח־אייראָפּעיִשער. אַחוץ די געוויינטלעכע ייִדישע לימודים ווי חומש, נבֿיאים און גמרא, דאַרף מען אויך אײַנפֿירן קורסן וואָס באַקענען די קינדער מיט דער רײַכקייט פֿון דער ייִדישער קולטור. ווען דער תּלמיד וועט זיך דערוויסן אַז ייִדישקייט נעמט אַרײַן נישט בלויז רעליגיע אָבער אויך די ייִדישע שפּראַך (ווײַל העברעיִש וועלן זיי זיך שוין במילא אויסלערנען), די געשיכטע, מאכלים און מוזיק פֿון אַמאָליקן ייִדישלאַנד, גיט עס אים אַ בעסערן פֿאַרשטאַנד פֿון וואָס עס הייסט צו זײַן אַ ייִד.
אַ צאָל מיטלשולן טוען דאָס שוין, אָבער בלויז אויפֿן שפּיץ מעסער. אינעם ענגליש־קלאַס, למשל, וועט דער לערער הייסן די תּלמידים לייענען אַן איבערזעצונג פֿון אַ באַשעוויס־דערציילונג. ליטעראַטור איז אָבער בלויז איין אַספּעקט פֿון קולטור. כּדי באמת אײַנצופֿלאַנצן אַן אינטערעס און ליבשאַפֿט צום עטניש־קולטורעלן אַספּעקט פֿון ייִדישקייט דאַרף מען אײַנפֿירן קורסן פֿון פֿאַרשיידענע מינים. למשל:
- אַ קלאַס וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע — און נישט בלויז וועגן דער ציוניסטישער באַוועגונג און דעם חורבן (דאָס לערנט מען שוין), נאָר וועגן די גרויסע אויפֿטוען במשך פֿון דער טויזנט־יאָריקער געשיכטע פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע: דער געבורט פֿון דער חסידישער באַוועגונג, די צעבליִונג פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, דער פּאָליטישער אַקטיוויזם פֿון די מזרח־אייראָפּעיִשע בונדיסטן, ציוניסטן און ייִדישיסטן, און ווי די ייִדן האָבן מיטגעבראַכט אָט די קולטור־ירושה קיין אַמעריקע.
- אַ קורס וועגן ייִדישן קינאָ, וווּ די קינדער קוקן אויף קלאַסישע ייִדישע פֿילמען ווי „דער דיבוק‟, „טבֿיה‟ און „ייִדל מיטן פֿידל‟ און דיסקוטירן סײַ דעם קולטור־היסטאָרישן קאָנטעקסט, סײַ די קונסט פֿונעם פֿילם.
- אַ קלאַס פֿון קלעזמער־מוזיק, און אַפֿילו אַ וואַרשטאַט וווּ די קינדער ברענגען זייערע אינסטרומענטן און לערנען זיך ווי אַליין צו שפּילן די אַלטע ייִדישע מעלאָדיעס (אָדער אַ קלאַס פֿון פֿאַרשידענע מינים ייִדישן פֿאָלקסמוזיק, אַרײַנגערעכנט די ספֿרדישע און תּימנער טראַדיציעס).
- אַ קאָכקלאַס וווּ די קינדער לערנען זיך אויס ווי צוצוגרייטן היימישע מזרח־אייראָפּעיִשע מאכלים ווי בלינצעס, קניידלעך און ראָגעלעך.
- ייִדיש־לעקציעס, ניצנדיק דעם אויסערגעוויינטלעכן קאָמפּיוטער־קורס, „ייִדיש פּאַפּ‟ וווּ קינדער לערנען זיך די שפּראַך דורך קוקן אויף די חנעוודיקע ייִדישע קאַרטונס פֿון נאָמי מיט איר ראָבאָט מאָבי— און וואָס איז, אַגבֿ, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
געוויסע לערער און פּרינציפּאַלן וועלן טענהן, אַז צוליב דעם שוין געפּאַקטן לערנטאָג פֿון אַ ייִדישער מיטלשול (בפֿרט צוליב די אַוואַנסירטע סעקולערע לימודים וואָס די עלטערן פֿאָדערן כּדי זייערע קינדער זאָלן קענען אַרײַן אין די בעסטע אוניווערסיטעטן), איז פּשוט נישטאָ קיין צײַט צוצוגעבן אַזוינע קורסן. דאָס איז אָבער אַ תּירוץ פֿאַר די בענטשליכט. יעדער ווייסט אַז דאָס לערנען אַוואַנסירטע גמרא, למשל, איז נישט פֿאַר אַלעמען. אין דער זעלבער צײַט פֿונעם גמרא־קלאַס קען מען גיבן איינעם אָדער מער פֿון די קולטורקלאַסן ווי אַ ברירה.
דערצו קען מען אָפּהאַלטן די קלאַסן נאָך די געוויינטלעכע שול־שעהען. פּונקט ווי די מער אַטלעטישע תּלמידים גייען טרענירן אויף ספּאָרטמאַטשן, זאָלן תּלמידים מיט אַן אינטערעס צו קולטור זיך דערוויסן וועגן דער פֿילפֿאַרביקער קולטור־ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק און אַפֿילו גיין אויף שײַכותדיקע עקסקורסיעס צוזאַמען. די סטודענטן וואָס וווינען אין דער ניו־יאָרקער געגנט קענען, למשל, פֿאָרן צוזאַמען אין ייִדישן טעאַטער.
בקיצור, ווען מע פֿלאַנצט אײַן בײַ קינדער אַ ליבשאַפֿט צו זייער עטניש־קולטורעלן אָפּשטאַם, גיט עס זיי אַ געלעגנהייט צו בלײַבן שטאָלצע, גוט־אינפֿאָרמירטע ייִדן. נאָכן גראַדויִרן וועלן זיי קענען אויסדריקן זייער ייִדישע אידענטיטעט נישט בלויז דורך גיין אין שיל שבת און יום־טובֿ, נאָר דורכן ווײַטער זיך לערנען ייִדיש, זיך פֿאַרנעמען מיט אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע אָדער ליטעראַטור און גיין אויף ייִדישע קאָנצערטן, פֿעסטיוואַלן און קאָנפֿערענצן. דערבײַ וועלן אויך יענע קינדער, וואָס פֿאַרלאָזן דאָס רעליגיעזע לעבן, ווײַטער אָנהאַלטן אַ שטאַרקע פֿאַרבינדונג מיט ייִדן און ייִדישקייט און במילא וועלן זיי, כאָטש אינעם קולטורעלן זינען, קיין מאָל נישט אַראָפּ פֿון דרך.
The post What’s missing in our Jewish high schools appeared first on The Forward.
Uncategorized
Trump Threatens to Hit Iran Infrastructure on Tuesday if Strait Remains Blocked
US President Donald Trump arrives to award the medal of honor to Master Sgt. Roderick ‘Roddie’ W. Edmonds, Staff Sgt. Michael H. Ollis, and retired Command Sgt. Maj. Terry P. Richardson during a ceremony in the East Room of the White House in Washington, DC, USA, 02 March 2026.
US President Donald Trump said in an expletive-laden social media post on Sunday that the United States will target Iran’s power plants and bridges on Tuesday if the Strait of Hormuz is not reopened.
“Tuesday will be Power Plant Day, and Bridge Day, all wrapped up in one, in Iran. There will be nothing like it!!!” Trump said in a Truth Social post, referencing the key shipping lane that Tehran has effectively closed since the US and Israel launched attacks on Iran more than a month ago.
“Open the Fuckin’ Strait, you crazy bastards, or you’ll be living in Hell – JUST WATCH!,” Trump said, ending his Easter morning post with: “Praise be to Allah.”
The president separately said he would hold a news conference on Monday in the Oval Office, after the US military rescued two US pilots whose aircraft were downed in Iran.
Uncategorized
Zelensky in Syria to Discuss Security Cooperation with Sharaa
FILE PHOTO: Ukraine’s President Volodymyr Zelenskiy looks on during an interview with Reuters, amid Russia’s attack on Ukraine, in Kyiv, Ukraine March 25, 2026. REUTERS/Valentyn Ogirenko/File Photo
Ukrainian President Volodymyr Zelensky pledged to work for enhanced security in talks on Sunday with his Syrian counterpart Ahmed al-Sharaa, as Kyiv seeks to promote its military expertise across the region following the outbreak of the Iran war.
Zelensky, continuing his tour of Middle East countries, also said Ukraine wants to contribute to food security in the region.
In recent weeks, Zelensky has visited several countries across the Middle East, offering Ukrainian expertise in countering drone and missile attacks, developed during its four-year war with Russia.
“We agreed to work together to provide more security and opportunities for development for our societies,” Zelensky wrote on Telegram. “There is a great interest in exchanging military and security experience.”
Zelensky told the Syrian leader that Ukraine, as a major grain producer, was a reliable supplier of food and said the two leaders “discussed joint opportunities to strengthen food security across the region.”
In Turkey on Saturday, Zelensky said he had agreed on “new steps” in security cooperation with Turkish President Tayyip Erdogan, and discussed opportunities in joint gas infrastructure projects and gas field development.
“Today in Damascus we continue our active Ukrainian diplomacy aimed at real security and economic cooperation,” Zelensky said on X after his arrival.
It was the Ukrainian leader’s first trip to Syria since diplomatic relations were re-established at the end of last year following the fall of Syria’s long-time strongman Bashar al-Assad.
Zelensky’s talks with Sharaa were linked to defense in light of the US-Israeli war in Iran, said one Syrian source, a government adviser. Syria is not known to have any air defenses capable of dealing with Iranian drones or missiles.
During Zelensky’s visits to Gulf states last weekend, Ukraine signed long-term military cooperation deals with Saudi Arabia and Qatar, and he said that a similar agreement was close to completion with UAE.
Syria is home to two major Russian military bases, used by its navy and air force. Sharaa said on Tuesday at an event in Chatham House in London that work was under way to transform these into “centers to train the Syrian army.”
Uncategorized
China Ready to Cooperate with Russia to Ease Middle East Tension, Foreign Minister Says
China’s Foreign Minister Wang Yi attends the 14th EAST Asia Summit Foreign Ministers’ Meeting in the 57th ASEAN Foreign Ministers’ Meeting at the National Convention Center, in Vientiane, Laos July 27, 2024. Photo: REUTERS/Chalinee Thirasupa/File Photo
China is willing to continue to cooperate with Russia at the UN Security Council and make efforts to cool down the Middle East situation, Foreign Minister Wang Yi told his Russian counterpart Sergei Lavrov in a phone call on Sunday.
Wang said the fundamental way to resolve navigation issues in the Strait of Hormuz is to achieve a ceasefire as soon as possible, adding that China has always advocated political settlement of hotspot issues through dialogue and negotiation.
The foreign ministers’ call came ahead of a U.N. Security Council vote next week on a Bahraini resolution to protect commercial shipping in and around the Strait of Hormuz.
As permanent UNSC members, China and Russia should “adopt an objective and balanced approach and seek to win greater understanding and support from the international community,” Wang told Lavrov, according to a statement from his ministry.
China has repeatedly called for a ceasefire in the Gulf region and Middle East, urging an end to the fighting that has run for more than a month and largely closed the Strait of Hormuz, a critical shipping artery for oil and gas.
