Connect with us

Uncategorized

Mourning the victims of the 1911 Triangle Shirtwaist Factory fire

דעם 25סטן מערץ וועט ווערן 105 יאָר זינט דער שרעקלעכער טראַגעדיע — די שׂריפֿה אינעם טרײַענגל־שוירטווייסט־פֿאַבריק, אין 1911. 146 יונגע אַרבעטאָרינס, ס׳רובֿ ייִדישע און איטאַליענישע, זענען אומגעקומען, ווען די טיר, וואָס האָט באַדאַרפֿט בלײַבן אָפֿן זיך צו ראַטעווען אין אַזאַ פֿאַל, האָבן די סוועטשאַפּ־באַלעבאַטים געהאַלטן פֿאַרשלאָסן.

צו יענער צײַט, האָט דער פּאָעט מאָריס ראָזענפֿעלד געאַרבעט אין „פֿאָרווערטס“ סײַ ווי אַ זשורנאַליסט, סײַ ווי אַ פּאָעט. ער איז אָנגעקומען צו דער שׂרפֿה, בעת די טראַגעדיע איז פֿאָרגעקומען און האָט במשך פֿון עטלעכע וואָכן געשריבן עטלעכע אַרטיקלען און לידער וועגן דער טראַגעדיע. מיר דרוקן דאָ אַן אויסצוג פֿון זײַן אַרטיקל, וואָס איז געווען געדרוקט אויף דער ערשטער זײַט פֿונעם „פֿאָרווערטס“, אַ וואָך נאָך דער טראַגעדיע, און אַן אויסצוג פֿון אַ פּאָעמע וואָס ער האָט געשריבן אין אָנדענק פֿון די אומגעקומענע מיידלעך.

זינט עס זײַנען אין ניו־יאָרק איבער הונדערט לעבנס פֿאַרברענט געוואָרן צוליב דער צוגעשלאָסענער טיר, וואָס האָט לויט דעם געזעץ געזאָלט זײַן אָפֿן, קוק איך מיט פֿאַרדאַכט אויף אַ טיר, אויפֿן געזעץ און אויף פֿײַער.

איך באַטראַכט זיי אַלע פֿאַר איבעריקע זאַכן.

וואָס טויג מיר אַ טיר, אַז זי איז פֿאַרשפּאַרט? וואָס טויג דאָס געזעץ ווען מען פֿירט אים נישט דורך? און פֿײַער… יאָ, מיר דאַכט, אַז מענטשן ווייסן נישט וואָס צו טאָן מיט זייער פֿײַער…

איך האָב פֿון אייביק אָן געוווּסט, אַז מיט פֿײַער שפּילט מען זיך נישט. איצט אָבער ציטער איך פֿאַר דעם וואָרט פֿײַער. איך קען קיין נאַכט נישט שלאָפֿן. פֿײַערדיקע חלומות שרעקן מיך, זיי פֿאַרברענען מײַן מנוחה און איך ליג און שוידער.

מיר דאַכט, אַז הימל און ערד האַלטן אין אײַן ברענען, אַז עס פֿלאַקערן די זון, די לבֿנה און די שטערן, אַז די מלאכים שפּרינגען ברענענדיק פֿון די הימלשע פֿענצטער אויף דער ערד און פֿאַלן אַרונטער טויטע… און די אַמבולאַנסן פֿירן זיי אַוועק אין מאָרג (מתים־שטיבל).

מיר דאַכט, אַז גאָט אַליין איז אײַנגעהילט אין אַ פֿײַערדיקן טלית און ברענט. ברענט און גיסט מיט פֿײַערדיקע טרערן, וואָס פֿאַלן אַרײַן און פֿאַרלירן זיך אין זײַן וועלטן־גרויסער, פֿלאַקערדיקער באָרד, און פֿון זײַנע נאָזלעכער זעצט אַ רויך ווי פֿון אַ צוויי וווּלקאַנען.

איך זע ווי די גאַנצע פּמליא־של־מעלה קרימט זיך, דרייט זיך מיט גסיסה־שמערצן אין אַ ים פֿלאַמען, ווי די כּרובֿים און שׂרפֿים און חיות־הקודש צאַפּלען מיט די פֿלאַמענדיקע פֿעדערן, רײַסן זיך די אָנגעצונדענע האָר פֿון די ברענענדיקע קעפּ און קלאַפּן פֿאַרצווייפֿלט מיט די רויטע, פֿײַערדיקע פֿליגל אין אַ שווערער, גרויסער, אײַזערנער טיר און די טיר איז פֿאַרשלאָסן… דער שׂטן האָט איר פֿאַרשלאָסן און באַהאַלטן דעם שליסל…

איך זע ווי די „אופֿנים“ און „גלגלים“, די „הימלשע רעדער“ דרייען זיך און פֿלאַקערן, און מיר דאַכט, אַז דאָס זײַנען שנײַדער־מאַשינען, און אין די ברענענדיקע, צום טויט־שפּרינגנדיקע מלאכים דערקען איך די פּנימער פֿון די פֿאַרשׂרפֿעטע אַרבעטער־מיידלעך, די טעכטער פֿון דער ייִדישער גאַס אין דער בלוטיקער פֿון פֿרויען־יאַקעס פֿון וואַשינגטאָן פּלייס.

איך שרײַ, איך ליאַרעם, איך וויין, איך פֿלוך, איך לאַך און כאַפּ זיך אויף אין היסטעריע.

פֿײַער… פֿײַער…

וואָס איז אייגנטלעך פֿײַער? איז דאָס אַ ברכה? איז דאָס אַ קללה?

די תּורה איז געגעבן געוואָרן אין פֿײַער, די אינקוויזיציע האָט געהערשט אין פֿײַער.

פֿײַער איז די נשמה פֿון דער וועלט. אין פֿײַער גייט אויף דער טאָג און מיט אַ פֿײַער פֿאַרגייט ער.

דאָס לעבן פֿון יעדן באַשעפֿעניש איז פֿײַער.

דער מענטש, אין וועמען זײַן פֿײַער האָט אויסגעברענט, דער האָט אויפֿגעהערט צו „זײַן“.

אַפֿילו די מילב האָט אין זיך אַ קליינעם לאָקאָמאָטיוועלע מיט פֿײַער, וואָס טרײַבט איר דורכן לעבן.

ליבע איז פֿײַער, דענקען — פֿײַער, אַרבעט — פֿײַער, האַס — פֿײַער, ראַכע (נקמה) — פֿײַער. אַלץ איז פֿײַער, אַפֿילו דאָס וואַסער: מיר גיסן אין זיך וואַסער צו פֿאַרלענגערן אונדזער פֿײַער. די דורשטיקע ערד טרינקט וואַסער, כּדי צו האָבן גענוג פֿײַער אַרויסצוגעבן אירע געוויקסן.

איך קען דאָס קלענסטע ליד נישט זינגען, ווען איך זאָל נישט דערפֿילן אין דער נשמה אַ ברען, אַ פֿײַער, דעם הייליקן פֿײַער פֿון שאַפֿן.

איך פֿאַרגעטער דעם פֿײַער, ער איז דער סימבאָל פֿון טעטיקייט, פֿון שטרעבן, פֿון שטײַגן, פֿון גיין אַרויף, הויך, הויך הימלווערטס…

אָבער איך פֿאַרער נאָר אין פֿײַער דאָס שאַפֿערישע און נישט דאָס צעשטערנדיקע. איך בענטש אים ווען ער גיט, אָבער נישט ווען ער נעמט. איך בענטש אים אויפֿן סיני און פֿלוך אים (שעלט אים) אויפֿן שײַטער־הויפֿן.

איצט פֿאַרדאַם איך אים. ער האָט פֿאַרצערט אַ פֿאַבריק מיט אַרבעטער־מיידלעך. ער האָט פֿאַרוואַנדלט ניו־יאָרק אין אַ לוויה־שטאָט און איז געוואָרן די קללה פֿון דער מענטשהייט.

ברעכט אויף די טיר און באַפֿרײַט זיך!

און אָט איז דאָס ליד וואָס משה ראָזענפֿעלד האָט דעמאָלט אָנגעשריבן:

די פֿאַרשלאָסענע טיר (פֿײַער־געדאַנקען איבער פֿאַרברענטע אַרבעטער)

דער פֿײַער בושעוועט אָן שיעור

עס זעצט דער רויך, די העל דערוואַכט.

מען שפּאַרט זיך צו דער רעטונגס־טיר,

אומזיסט! אָ, וויי, זי איז פֿאַרמאַכט!

מען שרײַט, מען ראַנגלט זיך, מען פֿאַלט,

אין טײַוולס בלוטיקן געצעלט.

מען בלײַבט אין זײַן פֿאַרפֿלוכטן גוואַלט,

אַיעדער אויסגאַנג איז פֿאַרשטעלט.

מען לויפֿט, מען ווייס אַליין ניט וווּ,

און יעדע האָפֿענונג איז גענאַרט.

די שווערע גיהנום־טיר איז צו,

דער אַשמדאַי האָט איר פֿאַרשפּאַרט.

ניט רופֿט דעם שוואַרצן שד צום דין!

אַ שאָד די מי, ער איז גערעכט…

צו דער פֿאַרמאַכטער טיר אַהין!..

און אַלע, פּונקט ווי איינער, ברעכט!

מען בלײַבט אין דעם גיהנום־בראַנד

כּל־זמן דער שלאָס איז אים געטרײַ…

קומט אַלע גלײַך, לייגט צו אַ האַנט!

ברעכט אויף די טיר און איר זײַט פֿרײַ…

די העל איז נאָר אַ העל ווי לאַנג

דער שלאָס פֿון טײַוול הענגט אויף איר.

געפֿערלעך איז איר פֿלאַם, איר צוואַנג

נאָר בײַ אַ צוגעמאַכטער טיר…

אַ צווייט ליד וואָס מאָריס ראָזענפֿעלד האָט אָנגעשריבן וועגן דער שׂריפֿה האָט די פֿאָרשערין און זאַמלערין פֿון ייִדישע לידער, חנה מלאָטעק, אָפּגעדרוקט אינעם פֿאָרווערטס אין 2011 — פּונקט הונדערט יאָר נאָך דעם אומגליק, אינעם אַרטיקל, קינות וועגן דעם טרײַענגל־פֿײַער. דאָס ליד געפֿינט זיך אויף דער פּלאַטע „דאָס גאָלדענע לאַנד“ פֿון יאָסל מלאָטעק:

די רויטע בהלה (אויף פֿאַרברענטע פֿאַבריק־מיידלעך אין ניו־יאָרק)

ניט קיין שלאַכט, ניט קיין פֿאַרטײַוולטער פּאָגראָם

האָט אָנגעפֿילט די גרעסטע שטאָט מיט קלאָגן,

די ערד האָט ניט געציטערט אין איר תּהום,

עס האָט קיין בליץ, קיין דונער ניט געשלאָגן;

סע האָבן קיין שוואַרצע וועטער־וואָלקנס ניט געקראַכט,

און קיין קאַנאָנען ניט די לופֿט צעאַקערט —

אָ, ניין! דאָס האָט אַ מוראדיקע העל דערוואַכט,

אַ שקלאַפֿן־נעסט מיט שקלאַפֿן ווילד געפֿלאַקערט,

דאָס האָט דער גאָלד־גאָט מיט אַ בראַנד־געלעכטער

געפֿרעסן אונדזערע זין און טעכטער,

געלעקט די לעבנס מיט זײַנע רויטע צונגען —

זיי זײַנען אין דעם טויט געשפּרונגען,

אין זײַן שויס געדרונגען,

ער האָט זיי געכאַפּט, געלאַכט, געזונגען…

ער האָט זיי פֿאַרשלונגען.

* * *

זיי זײַנען געזעסן אין זייער יאָך פֿאַרטיפֿט,

זייער שווייס האָט געטריפֿט —

אין דעם פֿאַרטויבנדן געזשום

פֿון מאַשינען אַרום, —

ווען צען שטאָק אין דער הויך,

האָט זיי פֿאַרוויקלט דער רויך,

פֿאַרשפּונען דער פֿלאַם,

און אַ גלוטיקער ים

געפֿרעסן, גענאַשט,

פֿאַרקוילט, פֿאַראַשט!

* * *

שוועסטער מײַנע! יונגע שוועסטער!

מײַנע יונגע ברידער!…

טרויערט מײַנע לידער!

יאָמערט און טרויערט!…

זעט ווי עס לויערט

פֿון טונקעלע נעסטער

דעם אַרבעטערס טויט;

ווי ער האַלט זײַן ברויט…

ווי ער גלאָצט בײַ זײַן טיר,

בײַ זײַן אָרעם געצעלט —

וויי, וויי איז מיר!

וויי, וויי דיר, וועלט!

אַ שבת איז דאָס געווען,

אַן אַרבעטערס אַ שבת,

זײַן „קידוש!“… זײַן „הבֿדלה!“…

די רויטע בהלה

איז פּלוצלינג געשען,

געשיקט פֿון דעם רײַכן,

דעם פּרינץ פֿון געלט.

אָ, אָ, וויי אָן אַ גלײַכן!

פֿליסט טרערנטײַכן,

אַ פֿלוך דער אָרדענונג!

אַ פֿלוך דער אומאָרדענונג!

אַ פֿלוך דער וועלט!

* * *

אויף וועמען זאָל מען פֿריִער קלאָגן?

אויף די פֿאַרברענטע?

אויף די ניט־דערקענטע?

אויף די, וואָס קדיש זאָגן?

אויף די פֿאַרקריפּלטע,

פֿון „זײַן“ געטראָגן?

מײַן טרערנטײַך

אויף אײַך אַלעמען גלײַך!

* * *

פֿאַרהיל זיך אין שוואַרצן, דו גאָלדן לאַנד!

צו טיף דײַן פֿאַרברעכן, צו שרעקלעך דײַן שאַנד,

צו טויב דײַן געוויסן, צו בלינד דײַן געזעץ,

צו טײַוולש דײַן „האַווען“, צו בלוטיק דײַן נעץ,

דײַן נעץ, וועלכע פֿאַנגט דײַנע אָרעמע־לייט —

ס׳וועט קומען די צײַט!… ס׳וועט קומען דײַן צײַט!…

* * *

צינדט יאָרצײַט־ליכט אָן אין די ייִדישע גאַסן!

דער בראָך איז דער בראָך פֿון די ייִדישע מאַסן,

פֿון אונדזערע מאַסן פֿאַרחושכט און אָרעם.

ס׳איז אונדזער לוויה, יאָ, — אונדזערע קבֿרים,

ס׳האָט אונדזערע קינדער, וויי, אונדזערע בלומען,

דער פֿײַער פֿון אונדזערע אָרעמס גענומען.

וויי! אונדזערע ליבע פֿאַרשׂרפֿעטע קוילן,

וויי! אונדזערע פֿריידן אַ העלע מיט גרוילן,

וויי! אונדזערע גליקן אַ באַרג מיט אַרונות,

וויי! אונדזערע זיסע — גיהנום זכרונות!…

אַ צווייט ליד וואָס חנה מלאָטעק האָט דעמאָלט געדרוקט הייסט „מאַמעניו, אָדער עלעגיע פֿאַר די טרײַענגל־פֿײַער־קרבנות“, ווערטער פֿון אַנשל שאָר, מוזיק פֿון יוסל רומשינסקי:

עס רײַסט דאָס האַרץ פֿון דער שרעקלעכער פּלאָג,

ס׳ייִדישע פֿאָלק קלאָגט און וויינט, און ברעכט די הענט.

עס ברעכט אויס אַ פֿײַער, אין העלן טאָג

און הונדערטער אַרבעטער, זיי ווערן פֿאַרברענט.

די וואָס זײַנען פֿון פֿײַער אַנטרינען

האָבן שפּרינגענדיק זייער טויט געפֿינען.

די „מאָרג“ איז פֿול,

מען ווערט שיעור דיל,

ווי אַ מאַמע קלאָגט דאָרט אין דער שטיל:

— אוי־וויי, קינדעניו!

רײַסט זיך בײַ די האָר די מאַמעניו,

— צוליב דעם שטיקל ברויט

האָט אַ שרעקלעכער טויט

גערויבט מיר מײַן איינציק קינד;

טויט ליגט מײַן מיידעלע,

תּכריכים ׳שטאָט אַ חופּה־קליידעלע,

וויי איז מײַנע יאָר,

אַ קינד פֿון זעכצן יאָר,

אוי, מאַמע, מאַמע, וויי איז מיר!

חנה מלאָטעק האָט אויך אַרײַנגענומען טייל פֿון אַ ליד וואָס זי האָט באַקומען פֿון איוו סיקולאַר. די ווערטער זײַנען פֿון לויִס גילראָד און די מוזיק — פֿון ד. מייעראָוויץ. דער אָנהייב לייענט זיך אַזוי:

די שטונדע האָט געקלאַפּט,

דער שאַפּ האָט געסטאַפּט

אין דער גרויסער ווייסט־פֿעקטאָרי.

די אַרבעטער, זיי

האָבן געקראָגן די פּיי

און געאײַלט זיך אַהיימגיין פֿאַר פֿרי.

נאָר פּלוצים, אוי־וויי,

אַ שרעק, אַ געשריי,

אַ העלישער פֿײַער ברעכט אויס.

פֿון איבעראַל קומען

פֿאַרצווייפֿלטע שטימען

אַיעדער וויל פֿריִער אַרויס.

פֿײַערלײַט קלינגען,

פֿון צענטן פֿלאָר שפּרינגען

מיידלעך פֿאַר אַנגסט און פֿון נויט.

עס קראַכט אומגעהײַער

דאָס שרעקלעכע פֿײַער

און פֿאַרברענט יונגע לײַבן צום טויט.

The post Mourning the victims of the 1911 Triangle Shirtwaist Factory fire appeared first on The Forward.

Continue Reading
Click to comment

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *

Uncategorized

UK adopts sweeping measures against antisemitism in schools

(JTA) — The U.K. has adopted sweeping measures to combat antisemitism in English schools, prompting pushback from the country’s largest teachers’ union.

The move came after a new government-commissioned review found that three in five Jewish students reported experiencing antisemitism in English schools. The most common incidents were jokes, stereotypes and comments about Jewish people. About half of respondents who witnessed or experienced antisemitism said the incidents were not reported, most often because they did not think they would be taken seriously.

The government on Wednesday accepted 27 recommendations from the report, including dedicated antisemitism training for leaders and staff, improved recording of antisemitic incidents and moves to build a better understanding of Jewish life, identity and contemporary antisemitism.

The government commissioned the report following a spate of high-profile attacks on Jews in Britain, including an attack on a synagogue in Manchester last year that left two men dead.

The report’s author, Sir David Bell, the vice chancellor of the University of Sunderland and former chief inspector of schools in England, recommended addressing antisemitism distinctly from other forms of racism. He argued that antisemitism was a “uniquely complex” problem because of intertwined racial and religious dimensions, since Jewish identity can encompass both an ethnicity and a religion, along with expressions of prejudice that hold all Jews responsible for the actions of Israel.

The government will also encourage English schools to adopt the International Holocaust Remembrance Alliance (IHRA) working definition of antisemitism. The definition is supported by many mainstream Jewish organizations and has been adopted by 47 countries, including the U.K., but critics say that it conflates some forms of antisemitism with criticism of Israel.

British Education Secretary Lucy Powell called Bell’s review a “generational moment” and said that “implementation is now my priority.”

However, the National Education Union, the largest union representing teachers, lecturers, teaching assistants and support staff in the United Kingdom and Europe, raised concerns on Wednesday about recommending the IHRA definition for schools. NEU general secretary Daniel Kebede said in a statement that the definition “risks deepening the problem rather than tackling it, and actively undermining efforts to confront antisemitism.”

“The IHRA’s contested framing risks blurring the line between antisemitism and legitimate criticism of the Israeli government and the genocide in Gaza, leaving teachers with uncertainty when they need clarity,” said Kebede. He cited a risk that “children who cannot critically explore issues through classroom discussion will instead seek their answers in online and unsafe groups.”

Kebede also encouraged Britain’s Department for Education to strengthen guidance on all forms of racism, not only antisemitism, saying that 65% of teachers report they have not received any antiracism training in the past year.

The Board of Deputies of British Jews, an umbrella organization for British Jewish communities, celebrated the antisemitism report and the government’s adoption of its proposed measures. The group specifically praised the report’s “clear recommendations that schools and local authorities follow government guidelines by adopting the IHRA Working Definition of Antisemitism as a tool to deepen understanding of contemporary antisemitism.”

“We remain concerned about undue external influence on schools driven by narrow political agendas, and tendentious materials seeping into schools and increasing disharmony, and we will continue to press for vigilance against this,” said the Board of Deputies.

The post UK adopts sweeping measures against antisemitism in schools appeared first on The Forward.

Continue Reading

Uncategorized

Orthodox Jewish man stabbed in midtown Manhattan

(New York Jewish Week) — An Orthodox Jewish man is in stable condition after being stabbed on Wednesday evening in the Diamond District of midtown Manhattan. Police are investigating the attack as a possible hate crime.

Police told the Jewish Telegraphic Agency that the NYPD’s Hate Crimes Task Force is investigating the incident as a possible antisemitic attack, and Manhattan Shomrim — the Jewish community watch group — has asked people to share footage as police search for the suspect. No arrests have been made.

The victim was identified by police as a 26-year-old man, and Orthodox Jewish outlet COLLive identified him as a resident of Crown Heights, the neighborhood that is home to the Chabad-Lubavitch Hasidic movement’s headquarters.

He was taken to Bellevue Hospital in stable condition. Police said they were called at about 5:50 p.m. on Wednesday after the man was stabbed in the back with “an unknown sharp object” on 47th Street near Fifth Avenue. ABC7 reported that the victim told investigators he believed he was stabbed with a needle or syringe.

According to the Chabad website, which published an interview with the victim, he is a recently ordained Hasidic rabbi named Joseph, who commutes to Midtown each day to wrap tefillin with Jewish merchants. The attacker, Joseph told the website, was a woman who seemed to be following him prior to the stabbing.

The attack comes as Jewish New Yorkers have been targeted in more than half of the hate crimes committed in New York City this year, despite making up about 12% of the city’s population.

In July, an assailant stabbed two men on the Upper West Side, including one who was leaving a synagogue, while yelling “Allahu akbar,” and was charged with committing hate crimes.

Louis Keene contributed reporting.

The post Orthodox Jewish man stabbed in midtown Manhattan appeared first on The Forward.

Continue Reading

Uncategorized

VIDEO: A Hasid gives us a tour of Morocco in Yiddish

דער ירושלימער יוטוב־שטערן וועלוול קירשנבוים האָט לעצטנס אַרויסגעשטעלט אַ ווידעאָ אויף ייִדיש פֿון אַ פּרעכטיקן וויזיט, וואָס ער האָט געמאַכט אין מאַראָקאָ. עס באַגלייט אים זײַן חבֿר אַבֿרהם פּרץ.

אינעם ווידעאָ זעט מען ווי קירשנבוים דאַוונט שחרית מיט די אָרטיקע ייִדן און באַזוכט אַ גוט אָפּגעהיטענעם בית־עולם, וווּ עס ליגן באַערדיקט גרויסע צדיקים ווי למשל הרבֿ חיים בן עתר (1696–1743), באַקאַנט ווי דער „אור החיים“. „מענטשן מיינען, אַז נאָר אין אייראָפּע זענען דאָ קבֿרים פֿון צדיקים!“ זאָגט קירשנבוים.

מיר זעען אַ גרויסע, שיינע שיל מיט אַ פֿײַנער אַרכיטעקטור אין קאַזאַבלאַנקאַ; דעם גרויסן אַראַבישן שוק, וווּ קירשנבוים קויפֿט זיך אײַן מלבושים פּונקט ווי די מאַראָקאַנער גייען אָנגעטאָן. ער באַוווּנדערט אויך די שיינע טיי־גלעזער און טשײַניקן, וואָס מע פֿאַרקויפֿט דאָרט, און באַקענט זיך מיט אַ ייִדישן סוחר וואָס האַנדלט מיט זילבער און גאָלד, פּונקט אַזוי ווי זײַן טאַטע און זיידע האָבן געטאָן פֿאַר דור־דורות.

 

The post VIDEO: A Hasid gives us a tour of Morocco in Yiddish appeared first on The Forward.

Continue Reading

Copyright © 2017 - 2023 Jewish Post & News